די ווילעדזש האט שוין אנגעפאנגען צו ערזעצן די וואסער מיטערס מיט די נייע דידזשיטעל סמארט מיטערס ביי די וואס האבן געסקעדזשועלט אפוינטמענטס.

יעדער אדרעס האט באקומען א בריוו מיט פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צו סקעזשועלן דעם אפוינטמענט, אויב האט איר נישט באקומען דעם בריוו, ביטע רופט אריין אין ווילעדזש אויף 845.782.2600.

עס איז דערווייל דא א גרויסער חלק תושבים וואס האבן נאך נישט געסקעדזשועלט אן אפוינטמענט פאר די מיטער ערזעצונג. מיר בעטן דעם ציבור דאס נישט אפצושטופן וואס דאס איז גורם צו פארשלעפן דעם פראיעקט, נאר תיכף ומיד זיך פארבינדן מיט די מיטער אינסטאלאציע קאמפאני און באשטימען אן אפוינטמענט כדי די פראיעקט זאל קענען פאראויסגיין אן אפהאלט.

די נייע מיטערס זענען מער פונקטליך, און וועט שפארן גרויס געלט פאר אייך און די ווילעדזש.

די מיטער ערזעצונג איז פריי פון אפצאל. און די ארבעט נעמט בלויז א קורצע צייט.

עס איז דא אווענט אפוינטמענטס פאר אייער באקוועמליכקייט.

מיר פלאנען בעזרת השם יתברך און מיט אייער הילף צו ענדיגן דעם פראיעקט אויף אפריל למספרם.

ישר כח פאר אייער קאאפעראציע.