אין די לעצטערע צייט טוט זיך פארמערן די צאל פון מיטערס וואס טוען מאלפונקציאנירן און ווי עס האלט אצינד טוען איבער זעכציג פראצענט!! מיטערס אין די ווילעדזש נישט ארבעטן געהעריג און טוט געבן נישט פארלעסליכע ציפערן אדער דאס אויך נישט, דאס קומט צוליב אלטקייט, ווען מערסטנס פון די מיטערס זענען איבער פופציג יאר אלט און געוויסע גאר פיל עלטער, וואס דאס טוט היפש קאמפליצירן די פראצעדור פון די וואסער בילינג און טוט אויך מאכן א היפשע שאדן פאר די ווילעדזש צוליב ווייל ווען עס איז נישטא קיין געהעריגע ציפערן מעג די ווילעזדש לעגאל נאר בילן אויף אן "עסטימעיטעד עווערעזדש" און מען קען נישט פולקאם רעכענען פאר די וואסער וואס ווערט גענוצט דאהי.

די ווילעדזש האט אצינד אויפגענומען א פירמע וואס טוט זיך ספעציעליזירן אין די ארבעט, ווי בעזהשי״ת וועלן זיי אנהייבן אין די יעצטיגע וואכן ארומצוגיין צו די הייזער צו איינטוישן אלע עלטערע מיטערס, צו די נייע סארט דיגיטאלע מיטערס.

די נייע מיטערס וועלן אויך שפארן געלט מיט דעם אז מען וועט מיר נישט ברויכן עקסטרע שטאב ארומצופארן אזויווי ביז היינט צו לייענען די מיטערס מיט א ספעציעלע דעווייס, נאר אלעס ווערט געלייענט ווייערלעס דורך א ראדיא סיגנאל צום קאמיוניקאציע טורעם.

די נייע דיגיטאלע מיטערס זענען פיל מער פונקטליך, און פארמאגט פונקציעס און סענסארס אויב ח״ו איז פארהאן א וואסער מעין ברעיק אדער א פארפרוירענע פייפ, האט די מיטער די טעכנאלאגיע דאס אויפצוכאפן תיכף ומיד און אלארמירן די וואסער דעפארטמענט און פארמיידן גרעסערע שאדנס.

די אלע נייערע הייזער וואס ווערן געבויעט דא אצינד, ווערן שוין אפערירט מיט די נייע סאפיסטיקירטע מיטער און אצינד וועלן אלע עלטערע הייזער באקומען די נייע מיטער אינסטאלירט.

די מיטער ערזעצונג איז פריי פון אפצאל.

די ווילעזדש באאמטע זענען איבערגעגאנגען מיט די רבני העיר אלע טעכנישע פרטים און אפציעס פון די מיטערס זיכער צו מאכן אז עס איז בתכלית הכשרות און אפגעהיטן פון פאטענציעלע שאלות בהלכות שבת.

איר קענט ערווארטן א מודעה אין די פאסט און אויף אייער טיר אייך מודיע זיין ווען מען גייט איינטוישן די מיטערס, די ארבעט נעמט נישט לאנג, עס איז אויך ערמעגליכט געווארן אווענט אפוינטמענט אפציעס פאר אייער באקוועמליכקייט.

בעזהשי"ת מיר האפן אז ביז די מאנאטן פון מערץ-אפריל זאל די גאנצע מיטער פראיעקט זיין פולקאם פארטיג.