נאָך יאָרן פון פאַרנאַכלעסיגטע רעאַקציעס און עגמת נפש, ווערט בעז"ה באַנייט די זיכערהייט פון בלומינג גראָוו מיט'ן ערעפענונג פון אַ אייגענע "ווילעדזש פייער דעפּאַרטמענט" געבויט אויף יסודות פון חסד, הלכה, און 'אַ אידיש האַרץ'
'הכרת הטוב' אויסגעדרוקט פאר היימישע דעוועלאָפּער און אינוועסטירער, נדיבים בעם, וועלכע האָבן זיך צוגעשטעלט מיט שווערע מיליאָנען פאר קאָסטבאַרע עקוויפּמענט להחיות עם רב
דעם פאַרלאָפענעם זונטאָג פּרשת צו העעל"ט איז היסטאָריע געטוישט געוואָרן אין בלומינג גראָוו, ווען מען האָט בעז"ה אָפּגעצייכנט דעם אומגלויבליבן מאָמענט אויף וואָס מ'וואַרט שוין לאַנגע יאָרן, ווען ס'איז אָפיציעל אַריינגעגאַנגען אין דינסט און ערעפנט געוואָרן די טויערן פון דעם שפּאָגל ניי-געגרינדעטן 'ווילידזש פייער דעפּאַרטמענט', ברוב סייעתא דשמיא, כה יתן ה' וכה יוסיף.
שטייענדיג ביי אַזאַ מייל-שטיין דערגרייכונג בקורות דברי ימי העיר, זענען זיך צוזאַמענגעקומען ביי אַ דערהויבענע מסיבה נהדרה, די טייערע וואָלונטירן און געטרייע שטאַב פונעם פייער דעפּאַרטמענט; די ראשי העיר ועסקני יו. דזשעי. סי.; די איבערגעגעבענע ווילעדזש טראָסטיס און באאמטע, די חשוב'ע נדיבי לב וועלכע האָבן געספּאַנסערט די עקוויפּמענטס און אַפּאַראַטן; אינאיינעם מיט'ן רב המכשיר שליט"א – יחד כולם הודו והמליכו, צו פייערן אינאיינעם דעם שבח והודאה להשי"ת אויף דעם גרויסן דורכברוך וואָס וועט בלי ספק דראַסטיש טוישן די רואיגקייט און סטאַביליטעט פון די הונדערטער תושבים פאר די צוקונפטיגע לאַנגע יאָרן, עד ביאת הגואל.
אַן עבר פון עגמת נפש און שאָדנס
ווי דער ציבור געדענקט גוט, האָט מען צו לאַנג און צו פיל יאָרן געליטן פון אומבאַשרייבליכע נזקים, פחדים און עגמת נפש, אין רעזולטאַט פון דעם שלאַבערישן אַלטן דעפּאַרטמענט וועלכע האָט פונקציאָנירט אויף גאר א פארשלעפטן פארמאט, און יעדעס מאָל באַזונדער, ווען ס'איז געקומען צו סיי וועלכע ערנסטע פייער, זענען די רעזולטאַטן געווען פאַטאַל ל"ע.
אויסערדעם וואָס אין די לעצטערע 3-4 יאָרן, זענען געווען עטליכע פאַטאַליטעטן צוליב דעם וואָס הילף איז נישט אָנגעקומען צייטליך אָדער געהעריג, איז דער מציאות געווען אַז אפילו ווען זיי זענען שוין יאָ אָנגעקומען צו אַ פייער סצענע האָט זיך דאָס געווענליך געענדיגט מיט שווערע שאָדן פון אויפגעבראָכענע ווענט און פענסטער, אָן קיין שום נויט און געפיל, באַגלייט מיט אַ קאַלטקייט און האַרצלאָזיגקייט צו אידישע נכסים. ווען אין צוגאָב האָבן זיי נאָך איבערגעלאָזט אַ טוץ פון נישט- געשטויגענע ווייאלעישנס און מכלומר'שטע פאַרלעצונגען, קעגן דעם פאַר'צרה'טן היים אייגנטומער, וואָס זענען אַריינגעשיקט געוואָרן דורך די פייער-לעשער זעלבסט.
ערשטע קערנדלעך פאַר אַן אייגענע דעפּאַרטמענט
מיט יעדן פארבייגענדן טאָג איז דער פאַרלאַנג געוואָרן מער קריטיש און וויכטיג, אַז עפּעס דראַסטיש דארף געטון ווערן אינעם גוטן ריכטונג. ווידעראַמאָל זענען עס געווען די איבערגעגעבענע עסקנים פון 'יו. דזשעי. סי.' וואָס האָבן אויף די בקשה פונעם ציבור, און בהדרכת רבני העיר שליט"א, זיך אַריינגעוואָרפן אין די שווערע אחריות'דיגע אויפגאַבע, און מ'האָט אָנגעהויבן לייגן די פונדאַמענטן פאַר אַן אייגענע פייער דעפּאַרטמענט. וואָס אירע יסודות זאלן זיין באַזירט אויף אַ אידיש האַרץ, אויפן דרך התורה ועפ"י הלכה – צו ראַטעווען לעבנס און שפּארן געלט פון אידישע קינדער מיט געפיל און אחריות, לויט די בעסטע מעגליכקייט וואס איז שייך.
ווי פאַרשטענדליך האָט די גרינדונג פון אַזאַ מאַסיווע אונטערנעמונג געפאָדערט שווערע מיליאָנען דאָלאַרן. אָבער ווי שטענדיג, ווען ס'קומט צו דער טובה פונעם ציבור, איז געלט קיין אָפּהאַלט נישט. די 'יו-דזשעי-סי' האָט זיך פאַרבינדן מיט היימישע דעוועלאָפּערס און אינוועסטירער, וועלכע בויען די צוקונפטיגע געגנטער בתוככי בלומינג גראָוו, און האָבן אַצינד בטוב לבם געענטפערט דעם וויכטיגן רוף, מיט ברייטהאַרציגע סכומים צו ערמעגליכן אַזאַ פּראָיעקט.
מיט אָט די הילף פון די נדיבים בעם האָט מען זיך פאַקטיש אַריינגעלייגט צו אויסשטאַפירן דעם דעפּאַרטמענט מיט די סאַמע-מאָדערנסטע טעכנאָלאָגיע, די בעסטע און טייערסטע טראָקס, און די פאָרגעשריטנסטע עקוויפּמענט, אַפּאַראַטן, סיסטעמען און טעכנאלאגיע וואָס עקזיסטירן נאר, אַלעס כדי צו פאַרזיכערן אַז די רעטונגס אַרבעט זאָל קענען געטון ווערן שנעל, פּראָפעסיאָנאַל, און מיט'ן מינימום היזק ממון און אודאי נישט קיין היזק נפשות חלילה.
דער קאָמפּליצירטער לעגאַלער פּראָצעס
צו דער זעלבער צייט האבן זיך די ווילעדזש באַאַמטע אַריינגעלייגט אין דעם קאָמפּליצירטן לעגאַלן פּראָצעדור, ווען ס'האָט זיך געפאָדערט צוזאַמען צו ברענגען די קאַונטי, סטעיט, און פעדעראַלע רעגירונגען, אַז אַלע זאלן קאָאָפּערירן און פאַרזיכערן אַז זאַכן פאָרן אין דעם גוטן ריכטונג בעז"ה.
פאַקטיש איז גרינדן א 'פייער דעפּאַרטמענט' נישט קיין זאַך וואס פּאַסירט יעדן מאָנטאג און דאָנערשטאג; דאָס לעצטע מאָל וואס א נייע דעפּאַרטמענט איז געגרינדעט געווארן אין אָראַנזש קאַונטי איז געווען די היימישע 'קרית יואל פייער דעפּאַרטמענט', מיט קרוב צו דרייסיג יאָר צוריק!
מ'האָט דעריבער געמוזט דורכגיין א לאַנגע און סענסיטיווע וועג פון ביוראָקראַטיע און מאַכינאַציעס, נאָך איידער מ'האָט אפילו אָנגעהויבן די טרענירונגען, כדי צו פאַרזיכערן אַז די נייע דעפּאַרטמענט ווערט אנערקענט אויף אויפ'ן לאָקאַלן, סטעיט און פעדעראַלן שטאפל. דאס איז גאר וויכטיג סיי פאר די הויכע סטאנדארטן פון טרענירונג וואס די וואָלונטירן באַקומען, און סיי צו קענען באַקומען די נויטיגע רעגירונגס-גרענטס און אינשורענס פאַרלאַנגען.
ס'איז געווען מיט איינס און אַהאַלב יאָר צוריק, א' סליחות תשפ"ד, ווען נאָך לאַנגע מאָנאַטן פון שווערע אַרבעט פון די געטרייע עסקני העיר, איז די נייע דעפּאַרטמענט ב"ה לעגאַל באַשטעטיגט געוואָרן דורך די רעגירונג אַגענטורן, און מ'האָט אָנגעהויבן די נויטיגע סעריע פון טרענירונג קלאַסן פאר די געטרייע וואָלונטירן.
על פי התורה אשר יורוך: דער הלכה'דיגער פונדאַמענט
דער שטאָלץ פונעם נייעם דעפּאַרטמענט ליגט אָן קיין צווייפל אין איר רוחניות'דיגער סטרוקטור. ווי שטענדיג איז די 'יו. דזשעי. סי.' געשטאַנען אין נאָנטע פאַרבינדונג מיט הגאוה"צ רבני עירינו שליט"א וועלכע האָבן אַראָפּגעשטעלט דעם ריכטיגן יסוד פאר דער אינסטיטוציע און האָבן באַגלייט יעדן שטאַפּל, ביז צו די קלענסטע דעטאלן, על פי התורה אשר יורוך!
ווידעראַמאָל האָט זיך ב"ה אַרויסגעשטעלט דער כח התורה וההוראה וואָס דאָמינירט בלומינג גראָוו מיום היווסדה, ווען יעדע דעטאַל פון דעם דעפּאַרטמענט ווערט געטון הונדערט פּראָצענטיג אויסגעהאַלטן לויט די אָנווייזונגען פון דעם דעת תורה הברורה, אָן קיין שום פקפוקים.
מטעם די רבני העיר שליט"א איז נתמנה געוואָרן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט״א, דומ״ץ דינוב קרית יואל, צו פאַרפיגן בכח התורה והוראה אַלץ רב המכשיר ומשגיח אחראי, איבער די טרענירונגען און איבער אַלע טעכנישע אַנגעלעגנהייטן פון דער דעפּאַרטמענט.
אין לויף פון אַ גאנץ קיילעכיג יאָר האָט דער דיין שליט"א כסדר פאָרגעלערנט קלאָרע און דעטאַלירטע שיעורים פאר די צוקונפטיגע וואָלונטירן, וואו ס'איז ברייט אויסגעשמועסט געוואָרן בטוב טעם ודעת, די קאָמפּליצירטע הלכות וואָס איז נוגע פאר שבת, יום טוב, פּסח, פּיקוח נפש, א.א.וו. דער דיין שליט"א האָט פּערזענליך באַגלייט יעדן וואָלונטיר באַזונדער מיט הארץ און געפיל, צו פאַרזיכערן אַז אז אין יענע קריטישע סעקונדן, ווען מען דאַרף פאַסן בליץ-החלטות פון פיקוח נפש, זאָל יעדער מעמבער קלאָר וויסן די הלכה וואָס פאָדערט זיך צו טון אין אזא פאַל. באַזונדער האָט דער דיין שליט"א פאָרגעלערנט קאמפליצירטע שיעורים פאר די געטרייע 'פייער טשיף'ס' וואָס טראָגן דעם פולן אחריות פון דעם גאַנצן דעפּאַרטמענט.
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו; מעמד הבחינה וחלוקות תעודות

אַ יאָר דערויף, זונטאָג פּרשת תבא שנת תשפ"ה, איז פאָרגעקומען איינס פון די שענסטע קאַפּיטלען אינערהאַלב דעם פייער דעפּאַרטמענט, ווען די געטרייע וואָלונטירן זענען דורכגעגאַנגען אַ גרינטליכן פאַרהער אויף די וויכטיגע הלכות, וואו ס'האָט זיך אַרויסגעשטעלט זייערע קענטעניסן זייענדיג פולקאָם באַהאַוונט אין די אַלע קאָמפּליצירטע הלכות, מיט א קלארקייט און שטאַרקע ידיעה, פּראַקטיש און הלכה'דיג.
לרגל המאורע איז געפּראַוועט געוואָרן אַ דערהויבענער מסיבת לחיים ומעמד חלוקות תעודות, מיט דער באַטייליגונג פון די רבני העיר שליט"א, וואו ס'איז איבערגעגעבן געוואָרן די 'כתבי תעודות' פאר די מעמבערס. מ'האָט געהערט וואַרימע דברי ברכה פון הגה"צ אבד"ק ראדאוויץ שליט"א וועלכער האָט אַרויסגעהויבן לשבח וויאַזוי די עסקני וראשי העיר טוען פאַרזיכערן אַז אַלעס איז תורה'דיג און הלכה'דיג אויסגעהאַלטן מיט'ן דעת תורה, על דרך הסלולה לנו מרבינו הק' זי"ע. אַזוי אויך האָט דער רב המכשיר, הרה"ג דומ"ץ דינוב שליט"א, אַרויסגעברענגט זיין התפּעלות וויאַזוי די איבערגעגעבענע יונגעלייט, וועלכע גרייטן זיך צו ראטעווען לעבנס, זענען באוואפנט נישט נאר מיט טעכנישע טרענירונג, נאר אויך מיט די קלארע תורה'דיגע אנווייזונגען.
ס'איז דאַן פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי די רבני העיר האבן ווארעם אנגעוואונטשן די פרישע וואָלונטירן מיט הצלחה וברכה בכל מעשה ידם, און צו ווערן אויסגעמיטן פון יעדן מכשול און נזק מיט סייעתא דשמיא.


סאַמע בעסטע עקוויפּמענטס און סיסטעמען איינגערישט
דורכאויס די גאַנצע צייט האָט מען אין די ווילעדזש קאָרידאָרן זיך געלאָזט קאָסטן – מיט דער הילף פון די ספּאַנסערס און מיט דער הילף פון רעגירונג פאנדינג און גרענטס – איינצוקויפן די בעסטע עקוויפּמענט, מאָדערנסטע קאָמוניקאַציע און ראַדיאָ סיסטעמען, טעכנאָלאָגישע איינריכטונגען, און קאסטומיזירטע פייער טראקס וועלכע זענען ספּעציעל אויסגעשטאַט צו קענען אָנקומען און רעאַגירן צו פייערס סצענעס אין בליציגע סעקונדן, מיטן פולסטן עפעקטיווקייט.
די עסקני העיר האָבן געהאַט איין קלאָרע וויזיע: צו אויסשטאַטן דעם נייעם דעפּאַרטמענט מיט די העכסט פאָרגעשריטענע געצייגן, אז ס'זאָל גאָרנישט פעלן פאר די רעטונגס מיסיעס, און אַז ס'זאָל זיין גרייט פאַר'ן דינסט פונעם ציבור על כל צרה שלא תבוא. מ'האָט נישט געזשאַלעוועט קיין געלט, מ'האָט נישט געשניטן קיין 'קארנערס', און מ'האָט נישט געקאַרגט אויף קיין קאסטן, מיט'ן ציל אַז ווען די דעפּאַרטמענט גייט בעז"ה אַריין אין סערוויס, זאָל אַלעס זיין הונדערט פּראָצענט גרייט און אויסשטאַפירט אויפ'ן בעסטן סטאַנדאַרט.
ברוך מרחיב גד; אַ חלום וואָס איז געוואָרן אַ רעאַליטעט
ס'איז דעריבער אן אומבאַשרייבליכע מאָמענט, ווען אין בלומינג גראָוו וואונטשט מען זיך מיט איבערגיסנדע פרייד געפילן: 'ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה'! נאָך אַזויפיל פּלאָג און צוגרייטונגען האָט מען ב"ה דערגרייכט דעם היסטאָרישן טאָג, ווען ס'איז ווירקליך געעפענט געוואָרן די טויערן פון אַ היימישע סאָפיסטיקירטע לאָקאַלע פייער דעפּאַרטמענט, וואָס פונקציאָנירט בלויז דורך היימישע געטרייע יונגעלייט מיט הארץ און געפיל, אויף די העכסטע פּראָפעסיאָנאַלע שטאַפּלן, אונטער די אויפזיכט פון אַ סימפּאַטישע ווילעדזש אַדמיניסטראַציע.
לאַנגע יאָרן האָט מען בלויז געקענט טרוימען פון אַזאַ מציאות. מ'האָט אַזויפיל גערעדט און גע'חלומ'ט פון אַזאַ טאָג, און ב"ה אַז מ'האַלט שוין אָט דאָ! דער פייער דעפּאַרטמענט איז אַ שטאַנדהאַפטיגער מציאות של קיימא בתוככי בלומינג גראוו המעטירה, מיט אַזויפיל אומגלויבליכע סייעתא דשמיא וואָס טוט באַגלייטן אויף יעדן טריט און שריט, בכוחו ובזכותו של אותו זקן מרן רבינו הק' זי"ע.
הכרת הטוב פאר קאָנגרעסמאַן פעט רייען
אין אַזאַ צייט ווערט אַרויסגעהויבן די דאַנקבאַרקייט פונעם ציבור פאַר'ן געערטן לאָקאַלן קאָנגרעסמאַן, מר. פעט רייען. וואָס טראָצדעם וואָס אין וואַשינגטאָן האָט מען לעצטנס מיטגעהאַלטן נאָכאַנאַנדע רעגירונג 'שאטדאונס', און טראָץ די ביוראָקראַטישע שוועריקייטן צו שאַפן פעדעראלע פאנדינג פאר א דעפּאַרטמענט וואס עקזיסטירט דערווייל בלויז אויף פאפיר, האט דער קאנגרעסמאן באוויזן דאס אוממעגליכע, און דורך זיין אומערמידליכע הילף זענען געברענגט געווארן הונדערטער טויזנטער דאלארן אין פעדעראלע פאנדינג, וואס האבן געדינט אלס א שטארקע רוקן-ביין פארן גרינדונג פון דעם פייער דעפּאַרטמענט.
ווי פאַרשטענדליך איז דאס בלויז דער אנהויב, ווייל ווי נאר דער דעפארטמענט הייבט פראקטיש אן צו פונקציאנירן, איז שוין אין פלאן א פרישע רונדע פון גרענט אפליקאציעס צו קענען פארגרעסערן דעם דעפּאַרטמענט אין עטליכע ריכטונגען, בסייעתא דשמיא.
להביע רננות בעד מפעלם; די חשוב'ע נדיבים און ספּאַנסערס
ביי דער געלעגנהייט ווערט אויך אויסגעדרוקט די טיפסטע הכרת הטוב פאר הני צנתרי דדהבא, די נדיבי לב וועלכע זענען אַקעגנגעקומען צו ספּאַנסערן די גאָר קאָסטבאַרע און פאָרגעשריטענע עקוויפּמענט פאר הצלת נפשות. בראש ובראשונה, הרבני הנכבד מו"ה בנציון יודא לאָנדאָ הי"ו, ובנו הרבני מו"ה יוסף יוזפא הי"ו ואתו עמו שותפו הרבני מו"ה לוי יצחק שוואַרץ הי"ו, פון די באַרימטע 'ליוולענד גרופּ', וועלכע האָבן בלבם הטוב געספּאַנסערט דעם 'פייער ענדזשין' טראָק, אויסגעשטאַטעט מיט די מאַקסימאַלסטע מאָדערנע איינריכטונגען און סיסטעמען, וואָס האָט אָפּגעקאָסט דעם פאַנטאַסטישן סומע פון 1.2 מיליאָן דאָלער! הוד והדר פעלם וצדקתם עומדת לעד.
והשני בדומה, אַזוי אויך באַדאַנקט מען זיך פאר הרבני מו"ה נחום לעבאָוויטש הי"ו, פון די באַקאַנטע "דילידזשענט דעוועלאָפּערס גרופּ", וועלכער האָט בחפץ לב געספּאַנסערט דעם "רעפּיד רעספּאנס" טרעקל. – אַ גאָר סאָפיסטיקירטער אַפּאַראַט, אויסגעשטאט מיט גאר פאָרגעשריטענע מכשירים וואס קען דורכברעכן פאַרפּאַנצערטע טירן אין פאל פון א פייער וכדו', און 'אינפרא-רעד אימעדזשינג' קעמערעס וואס ווייזט קלאר אויב עפעס ברענט נאך אונטער די וואנט וכדו', און איז אויך גרייט פאר סיי וועלכע עקסידענטן היל"ת, מיט ספעציעלע כלים שנעל אויפצושניידן קארס אדער אויפהייבן גאָר שווערע וואג אין געציילטע סעקונדן. דער דאזיגער אַפּאַראַט האט באזונדער אפגעקאסט אומגעפער אַ האלב מיליאן דאלאר. ותשואת חן חן לו.
אשרי חלקם וחבלם; די געטרייע וואָלונטירן ובני ביתם

ועל הכל יתברך וישתבח: די וויכטיגסטע און טייערסטע פאַרמעגן וואָס דער פייער דעפּאַרטמענט פאַרמאָגט, זענען אָן קיין צווייפל, די איבערגעגעבענע און האַרציגע וואָלונטירן, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואָס האָבן אין די לעצטערע חדשים אינוועסטירט אומבאַשרייבליכע כוחות, קאָפּ און מח, שעות טעג און וואָכן, צו ווערן אַ טייל פון דעם הצלת נפשות אַפּאראַט, בלי תשלום גמול.
מ'רעדט דאָ פון חשוב'ע יונגעלייט, אנשי חיל ועושים מלאכתם באמונה, וועלכע זענען אַלע עוסק על המחיה ועל הכלכלה דורכאויס דעם טאָג, און אַנשטאָט אַהיימקומען אויסרוען די מידע ביינער נאך א טאג ארבעט, האבן זיי איינפאַך אוועקגעגעבן די שפעטע נאכט שעות פאר די קאָמפּליצירטע טרענירונגען, שווערע פיזישע איבונגען, און האַרבע פאפיר-טעסטן, סיי פאר די לאָקאַלע אַגענטורן און סיי ביי די הלכה שיעורים.


למען צדקם, יגדיל ויאדיר! עס איז באמת נישטא קיין ווערטער אין דעם לעקסיקאָן ארויסצוברענגען צווישן די שפאלטענס פון 'די שטימע' די טיפע געפילן פון הכרת הטוב פאר די טייערע יונגעלייט, וואס האָבן מיט אַ זעלטענע מסירת נפש אַוועקגעגעבן זייער טייערע צייט, זייער אייגענע הרחבת הדעת און מנוחת הנפש. און זענען ווייטער גרייט צו יעדע צייט, אַלעס פאַר'ן וואוילזיין פון די תושבים און פאר הצלת נפשות מישראל.
ומנשים באהל תבורך, זייערע חשוב'ע בני בית שתחי', וועלכע פאַרמאָגן אַ גלייכן טייל אין אַלע זייערע לייסטונגען, אוועקגעבענדיג פון זייערע אייגענע באַקוועמליכקייט מיט אַזאַ איבערגעגעבנקייט, אַלעס כדי צו העלפן דער גאָלדענער צוקונפט פון בלומינג גראָוו. זאל דער אויבערשטער זיי אַלעמען באַצאָלן צו ווערן אָפּגעהיטן און געבענטשט מיט אַלע ברכות האמורות בתורה, און עס זאל זיי אַהיימקומען נחת און געזונט, עושר ואושר מיט אַ שטענדיגע הצלחה, עד בלי די.
ובכניסתו מהו אומר: ווען מ'איז ב"ה מחנך דעם נייעם פייער דעפארטמענט מיט אַזאַ פראַכט, הייבן תושבי העיר אויף די הענט מיט אַ תפלה צו השי"ת אַז מ'זאָל די אַלע קאָסטבאַרע עקוויפּמענטס בלויז דאַרפן נוצן פאר פרייליכע צוועקן, ווי שריפת חמץ און הדלקות ל"ג בעומר, און מ'זאָל שטענדיג קענען מעלדן נאר בשורות טובות, ויהי רצון שתשרה שכינה בכל מעשי ידינו.
ובשם ה' נעשה ונצליח!
ואתה תחזה מכל העם אנשי חיל!
גייסטרייכע שטימונג ביי איינדרוקספולן 'מעמד פּתיחת שערים'
דעם פאַרלאָפענעם זונטאָג צו העעל"ט
פּאַסיגע באַגריסונגען ווערן געהערט פאר געטרייע פייער מעמבער, ראשי ועסקני העיר, און געשעצטע ספּאַנסערס ונדיבים בעם, וועלכע האָבן ערמעגליכט דעם היסטאָרישן אַנטוויקלונג
אין אַ זעלטן-דערהויבענע גייסט איז דעם פאַרגאַנגענעם זונטאָג צו העעל"ט אָפּגעראָכטן געוואָרן אַ גאָר ערהאַבענעם און אַריסטאָקראַטישער מעמד מיוחד, ווען מ'האָט מיט אַ שבח והודאה להשי"ת ערעפענט די טויערן פון דעם ניי-געגרונדעטן היימישן פייער דעפּאַרטמענט אינערהאַלב די גרעניצן פון דעם ווילעדזש אָוו סאַוט – בלומינגראוו. – כרחמיו וכרוב חסדיו הגדיל לנו!
דער מעמד פּתיחת שערים איז געפייערט געוואָרן מיט דער באַטייליגונג פון די געטרייע פייער מעמבער, די איבערגעגעבענע ווילעדזש אַדמיניסטראַציע, ערוויילטע לאָקאַלע באַאַמטע, און אַזוי אויך אַ צאָל היימישע דעוועלאָפּער און אינוועסטירער, וועלכע זענען אַקעגן געקומען בחפץ לבם צו פאַרזיכערן אַז די גרויסע קאסטן פון אַזאַ פּראָיעקט זאָלן נישט פאַלן אויף די שטייער צאָלער, און האָבן געספּאַנסערט דעם חלק הארי פון די ריזיגע אויסגאַבעס, פאר די וואוילזיין פון אַלע איינוואוינער.




הר"ר אהרן בנציון ווידער הי"ו, ניו יארק סטעיט אַסעמבלימאַן
דער מעמד איז געעפנט געוואָרן דורך דעם באַגאַבטן טשערמאַן, העסקן הר"ר ירמי' ראָזנבערג הי"ו, מחשובי תושבי ועסקני העיר, וועלכער האָט פּאַסיג באַגריסט די פאַרזאַמלטע מיט טרעפליכע דברי חן, און האָט אויפגערופן דעם גאַסט – רעדנער, העסקן הנכבד מו"ה אהרן בנציון ווידער הי"ו, ניו יארק סטעיט אַסעמבלימאַן, וועלכער איז ספּעציעל געקומען זיך באַטייליגן ביי אַזאַ היסטאָרישן מאָמענט, אויף וואָס מ'קוקט שוין אַזוי לאַנג אַרויס.

ר' אהרן בנציון איז אייגנטליך נישט קיין פּנים חדשות דאָ אינעם ווילעדזש. ס'איז שוין לאַנגע יאָרן - סיי אַצינד אַלץ אַסעמבלימאַן און סיי נאָך אַלץ לעגיסלאַטור אין ראַקלענד קאַונטי -וואָס ער שטייט מיט אַזאַ וואַרימקייט און האַרציגקייט צו הילף פאר אחבנ"י דאָ אין שטאָט, אַלעמאָל ווען מ'דאַרף האָבן לעגאַלע און פּאָליטישע אינטערווענץ. ביי יעדע געלעגנהייט - סיי ביים דורכפירן דעם 'האַוז אָוו ווארשיפ' געזעץ, און ביי נאָך פילע קלענערע און גרעסערע פּעולות פון עסקנות ושתדלנות לטובת העיר - איז עס ר' אהרן בנציון וועלכער באַגלייט די צרכי ציבור בעצה ותושי' מיט אן אָפענע טיר און אן אָפענע האַרץ.
ביי זיין אויפטריט האָט טאַקע ר' אהרן בנציון איבערגעגעבן זיינע רגשי הלב ווען מ'לעבט מיט אַזאַ אומגלויבליכע דורכברוך. ער האָט אַרויסגעהויבן די טייערע מעמבערס פונעם דעפּאַרטמענט, און דאס מסירות נפש פון זיי מיט זייערע משפּחות. ער האט באזונדער ארויסגעהויבן די שיינקייט פון דער שטאט ווען די היימישע אינוועסטירער לאזן זיך קאסטן לטובת בני העיר, אין א בחינה פון 'כולנו יחד נבנה' וואָס דאָס איז די גרעסטע ביישטייערונג צו די זעלטענע הצלחה. און ער האט אויך ערווענט די פילע שתדלנות וואָס גייען אָן אונטער די קוליסן, און האָט ווייטער פאַרשפּראָכן צו שטיין צו הילף פאַר אונזער בליענדע ווילעדזש.
חולקין כבוד למלכות. צום שלוס פון זיינע ווערטער האָט ר' אהרן בנציון איבערגעגעבן אַ טייערן 'פלעק' פאַר'ן געשעצן מעיאָר, מר. דזשאָרדזש קאלאדזש, וואו ס'ווערט באַטאָנט זיינע פילע לייסטונגען פאר די געמיינדע, דורכאויס די אַלע יאָרן זינט מ'האָט אים אריינגעוועלט צו דער מעיאָר פּאָזיציע.


הר"ר יואל שטערן הי"ו – ווילעדזש עקזעקיוטיוו
מ'האָט דאַן געהערט אַ גייסטרייכן אויפטריט דורך דעם איש המעש והפעולה, הר"ר יואל שטערן הי"ו, ווילידזש עקזעקיוטיוו, וועלכער האָט אין נאָמען פון דער ווילעדזש אַדמיניסטראַציע אַרויסגעהויבן די טיפע געפילן וואָס שפּירט זיך ביי אַלעמען שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה. דערביי איז ר' יואל עטוואָס איבערגעגאַנגען די קאַפּיטלען פון דער נישט- ווייטער היסטאָריע, מיט די געוואַלדיגע חסדי ה' וואָס האָט אונז באַגלייט פון סאַמע -אָנפאַנג, ביז מ'קען ב"ה שטיין דאָ ביי אַזאַ מאָמענט, ווען מ'איז זוכה צו מיטהאַלטן די ערעפענונג פון אַ היימישע פייער דעפּאַרטמענט אויף אַזאַ הויכע און פּראָפעסיאָנאַלע ניוואָ.

ר' יואל האָט פּאַסיג אַרויסגעברענגט דעם 'אין עוד מלבדו' וואָס מ'דאַרף שטענדיג האַלטן פאַר די אויגן, ס'איז נישט 'כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה', נאָר 'כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל' — דאָס האָט אונז באַגלייט, דאָס טוט אונז באַגלייטן, און דאָס וועט אונז ווייטער באַגלייטן מיט אַזאַ אויסטערלישע סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט.


נדיבי עם ווערן באַערט בכבודם הראוי
איינס פון די הויכפּונקטן פונעם אָוונט איז געווען ווען מ'האָט באַגריסט די חשוב'ע ספּאַנסערס און נדיבים וועלכע האָבן זיך געלאָזט קאָסטן פאר די גאָר קאָסטבאַרע עקוויפּמענטס און געצייגן פונעם נייעם פייער דעפּאַרטמענט.
בראש ובראשונה זענען באַערט געוואָרן מיט אַ הערליכן 'פּרס הצלת נפשות': הרבני החסיד מו"ה בנציון לאנדא הי"ו, ובנו מו"ה יוסף יוזפא לאנדא הי"ו, ושותפו מו"ה לוי יצחק שווארץ הי"ו, פון דער באַקאַנטער 'ליוולענד גרופּ', וועלכע האָבן זיך געלאָזט קאָסטן די פאַנטאַסטישע סומע פון 1.2 מיליאָן דאָלער פאַר'ן קאָסטבאַרן פייער ענדזשין טראָק. – דאָס איז אין צוגאָב צו זייערע פילע לייסטונגען פאר אַלע ערליי צדקה וחסד אונטערנעמונגען אינערהאַלב דעם ווילעדזש, אַ שטייגער ווי דער 'קופּת עירינו' און נאָך וואוילטעטיגע צוועקן, וואו זיי זענען שטענדיג צוהילף ביד רחבה וברוח נדיבה.



דאַן איז איבערגעגעבן געוואָרן אַ 'פּרס הצלת נפשות' פאר הרבני הנגיד מו"ה נחום לעבאָוויטש הי"ו פון 'דיליזשענט דעוועלאָפּערס, פאר זיין ריזיגע נדבה צו אָפּקויפן און איינרישן דעם פאָרגעשריטענעם 'רעפיד רעספּאַנס' טראָק, וואָס האָט אָפּגעקאָסט העכער אַהאַלב מיליאָן דאָלער. וצדקתו עומדת לעד.


הר"ר אברהם משה ווייס הי"ו – דעפּיוטי מעיאָר
מ'האָט דאַן געהערט די באַגריסונג רעדע דורך הרבני הנכבד, כהן שדעתו יפה, מו"ה אברהם משה ווייס הי"ו, דעפּיוטי מעיאָר, וועלכער האָט הערצליך אָנגעוואונטשן פאַר זיינע קאָלעגעס — די טראסטיס, די עסקנים פון דער יו.דזשי.סי. און די פייער-מעמבערס, מיט א ווארימען ברכת כהן: "יהי רצון שתשרה ברכה במעשה ידיכם".

הר"ר יואל גאָלדשטיין הי"ו – פייער טשיף
מיט טרעפליכע ווערטער האָט אויפגעטרעטן דער ענערגישער און באַליבטער פייער טשיף, וואָס שטייט אין שפּיץ פון דער הערליכער אונטערנעמונג, העסקן הנכבד מו"ה יואל גאָלדשטיין הי"ו, וועלכער האָט זיך באַדאַנקט פאר די איבערגעגעבענע מעמבערס וואָס זענען אַזויפיל מקריב פון זייער צייט און כוחות כדי צו העלפן אידישע קינדער. ער האָט באַזונדער דערמאַנט זייערע חשוב'ע בני בית, וואָס האָבן אַ גלייכע שותפות אין די אַלע זכותים פון הצלת ישראל – כאילו קיים עולם מלא!
ר' יואל האָט אַרויסגעהויבן די אַקטיווע ראָלע פון די ווילעדזש באַאַמטע וואָס באַגלייטן יעדן טריט מיט אַזויפיל הארץ און געפיל, צו פאַרזיכערן אַז ס'ווערט צוגעשטעלט אַלע נויטיגע דעטאַלן וואָס די פייער דעפּאַרטמענט דארף נאר האָבן, אַז די געטרייע מעמבערס זאָלן קענען רואיג פאָקוסירן בלויז אויף די הייליגע אַרבעט פון הצלת נפשות.

הויכפונקט פון די נאכט: פרישע פאַנטאַסטישע נדבה דורך הרבני הנגיד מו"ה שלמה זלמן פעדער הי"ו
דורכאויס דעם אָוונט האָט מען געהאַט אן אַנגענעמע איבערראַשונג, ווען צווישן די באַטייליגטע איז געווען קענטיג די אָנוועזנהייט פון הרבני הנגיד מו"ה שלמה זלמן פעדער הי"ו, פון די דעוועלאָפּערס און אינוועסטירער וועלכער שטייט שטענדיג צוהילף מיט שטיצע פאר די ציבור'ישע אַנגעלעגנהייט אינערהאַלב דעם ווילעדזש. און אַצינד, מיטהאַלטנדיג פון דער נאָנט די ערעפנונג פון דעם דעפּאַרטמענט, האָט ר' שלמה זלמן אָנגעפרעגט וועלכע עקוויפמענטס עס פעלן נאָך אויס, און דאן האט ער ספאנטאניש געמאלדן אז ער שענקט אויפ'ן ארט א פאנטאסטישע נדבה, אפצוקויפן א שפאגל-נייעם העכסט סאָפיסטיקירטן 'פּאָמפּער טאנקיר טראָק' פאַר'ן פייער דעפּאַרטמענט!
דאָס איז גאָר אַ לעבנס וויכטיגע געצייג פאַר'ן לאָקאַלן דעפּאַרטמענט, וואָס קען בעז"ה ראַטעווען אַסאַך אידיש געלט און נפשות, צוליב דעם וואָס די היזיגע וואַסער-אינפראַסטראַקטור איז דערווייל נאָך נישט גענוג שטארק, און צומאל ווען מען קומט אָן צו אַ פייער, האָבן די פייער-היידראַנטס נישט אייביג גענוג וואַסער דרוק. דער נייער טראַק וועט דעריבער טראָגן איבער דריי און אהאלב טויזנט גאַלאָן וואַסער, וואס וועט שטענדיג זיין גרייט צום באנוץ פאַר הצלת נפשות!

אנשי חיל - לכו בכוחם זה!
דורכאויס דעם מעמד איז פאַרטיילט געוואָרן פּערזענליכע געשאנקן, אַלץ אָנדענק ומנחת מזכרת פאר אַלע געטרייע פייער מעמבערס, כולם אהובים וברורים, אַרויסצוהייבן די אויסטערלישע הכרת הטוב אין נאָמען פון אַלע איינוואוינער פאר זייער אומבאַשרייבליכע מסירת נפש און פאר זייערע געבענטשטע לייסטונגען, וואָס וועט בלי ספק פאַרמיידן אָן קיין שיעור אידישע שאָדנס און עגמת נפש. ישלם ה' פעלם!
דער אָוונט האָט זיך געשלאָסן אין אַ זעלטענע געפיל פון ברידערליכקייט. עס האָבן אַלע געשפּירט אַז דאָ האָט זיך אָפּגעשפּילט אַ שטיק היסטאָריע, ווען בלומינג גראָוו איז פאַקטיש פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פולקאָמע היימישע שטאט מיט אַ ליכטיגן עתיד, וואָס שטייט ב"ה אויף די אייגענע פיס, מיט אַן אַקטיוו אַוועקגעשטעלטע אינפראַסטראַקטור, מיט אזויפיל הארציגע און ענערגישע עסקנים ואישי הציבור, און מיט אן אומגעהויערן כח פון סייעתא דשמיא, בכוחו ובזכותו של אותו זקן רביה"ק זי"ע.

כי מלאכיו יצוה לך!
שמועס