בור ברשות הרבים - אומפארזיכערטע קאנסטרוקציע סייטס
דער ווילעדזש בילדינג דעפארטמענט פארלאנגט אז אלע קאנסטרוקציע סייטס אינעם ווילעדזש זאלן זיין הונדערט פראצענט פארזיכערט, סיי בשעת די ארבעט אז עס זאלן נישט קענען אריינשפאצירן דארט מענטשן אדער קינדער און ח״ו געשעדיגט ווערן, און סיי נאך די ארבעט, אז עס זאל זיין ריין און זויבער און אז די קאנסטרוקציע סייט זאל זיין הערמעטיש פארשלאסן מיט א צוים, אונטער שלאס און ריגל.


אן אפענע קאנסטרוקציע סייט, ספעציעל אין די וויקענדס און אין די שבתים, ווען קינדער שפילן זיך אויף די גאס און גייען אריין אהין איז א געפאר, עס איז סכנות נפשות ממש און א ריכטיגע בור ברשות הרבים און דאס איז אקעגן די פארשריפטן פון די ווילעדזש בילדינג דעפארטמענט.
מיר באקומען לעצטנס פילע קאמפלעינטס איבער אומזיכערע קאנסטרוקציע סייטס, ווי קינדער גייען אריין און קריכן ארום אויף די שטאקן וואס האבן נאכנישט קיין פארמאכטע ווינדאוס און טירן צו די פארטשעס און מיט גרויסע לעכער אין די פלארס וואס גייט אראפ ביז די בעיסמענטס און ווי עס איז פארהאן סכנות׳דיגע מאשינען און עקוויפמענט.
עס האט שוין פאסירט אינעם קורצן עבר, ווי קינדער האבן זיך ארומגעשפילט מיט די שווערע קאנסטרוקציע מאשינען און עס איז צוגעקומען צו א פאל פון סכנות נפשות רח״ל.
אייער משפחה און קינדער זענען בארעכטיגט צו א פארזיכערטע סביבה, אז איר זאלט קענען לאזן די קינדער שפילן אינדרויסן אן קיין סכנות און מיט ישוב הדעת און צו וויסן אז זיי גייען נישט אריין בכלל סכנה ביי קאנסטרוקציע סייטס צוליב אומ׳אחריות׳דיגע קאנטראקטערס און בויערס.
עס קומט זיך אייך א פארזיכערטע סביבה און אומגעגנט מיט הרחבת הדעת ריין פון סכנות און שטרויכלונגען!
אויב האט איר א קאנסטרוקציע סייט וואס איז נישט פארזיכערט אין אייער אומגעגנט, ביטע הייבט אויף א טעלעפאון און לאזט איבער אן אדרעס און אויב מעגליך א נאמען פון די קאנטראקטינג פירמע און טוט דאס באריכטן. דער ווילעדזש בילדינג דעפארטמענט וועט זיכער מאכן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.
קוואליטי אוו לייף האטליין
845.782.2600 ext 311
Building@vosbg.com
ווייסט אייערע רעכטן! עס קומט זיך אייך!
דורכ׳ן באריכטן פראבלעמען און מיסברויכן טוט איר זיך אליינס ארויסהעלפן, איר העלפט ארויס אייערע שכנים און איר העלפט צוזאמען אנצוהאלטן די קוואליטי אוו לייף פאר אלע תושבי העיר.
ובשם ד׳ נעשה ונצליח!
שמועס