ריינקייט פון די פראפערטיס און די ראוד פארענט פון די הייזער

אין די לעצטערע שטיק צייט, באמערקט מען א נאכגעלאזנקייט אין די ריינקייט אויף די גאסן פון די שטאט, ווי אויך געוויסע ערטער זעט מען גארבידזש בעגס אויף די ראוד, באקסעס וואס זענען געווארן איבערגעלאזט און סתם שמוץ וואס ליגן ארום אנגעלייגט, וואס אויסער וואס די שטאט ווערט שמוציג און נאכגעלאזט, איז עס באמת א חילול השם ווען דאס פלאץ איז נישט צוזאמגענומען ציכטיג און זויבער.

מיר ווילן דערמאנען דעם ציבור זיכער צו מאכן אז ווען איר לייגט ארויס די מיסט, אז אלעס ליגט אינעם מיסט קאסטן, די טראק וואס קומט אויפנעמען די מיסט, ארבעט אויטאמאטיש, ווי דער הענטל הייבט אויף נאר די מיסט קאסטן און נאר וואס עס ליגט אינעם קאסטן זעלבסט ווערט אריינגעלייגט אינעם טראק, אלע שמוץ ארום און ארום בלייבן אויפן ארט און דאס ברענגט אז די פראפערטיעס, די געגנט און די שטאט זאל ווערן שמוציג און עס בלייבט אזוי נאכגעלאזט פאר לאנגע טעג און וואכן.

דאס ברענגט אויך אן אנלויף פון בעלי חיים וואס צושלעפן די מיסט און נאך נאכווייען.

אלזא, ביטע מאכט זיכער אז אלע גארבידזש וואס איר לייגט ארויס, ליגט אינעם קאסטן זעלבסט און אויב האט איר א גרעסערע מאס מיסט פון וויפל די צוויי קאסטנס קענען ערהאלטן, קענט איר שטענדיג באשטעלן נאך א מיסט קאסטן דורך אריין רופן צום ווילעדזש האלל אויף 845.782.2600, ווי מען וועט אייך דעליווערן וויפל קאסטנס איר דארפט אין צוגאב צו וואס איר האט איצטערט, פאר א מינימאלע אפצאל.

אזוי אויך איז פארהאן געוויסע וואס לאזן איבער קאסטנס אויף די ראוד, וואס דאס איז א גרויסע סכנה, ספעציעל פאר קינדער וואס שפילן זיך אויף די ראוד און באסעס און קארס באמערקן נישט אז עס שפילט זיך א קינד אונטער די קאסטן ח"ו, איז גאר וויכטיג זיכער צו מאכן אז מען נעמט אריין די קאסטן תיכף ומיד אינדערפרי נאך וואס די מיסט ווערט צוזאמגענומען.

מען קען ארויסלייגן יעדע וואך ביי די מאנטאג פיקאפ באלק גארביזדש, איין באלק אייטעם פער הויז פער וואך.

אין די קומענדיגע וואכן, אונטער די קוואליטי אוו לייף איניציאטיוו, וועט די ווילעדזש קאוד אינפארסמענט דעפארטמענט אנהייבן צו אינפארסירן די ריינקייט פונעם שטאט, פאר אייער באקוועמליכקייט און אנצוהאלטן א ציכטיג זויבער סביבה אינעם שטאט.

נקיות מביא לידי טהרה!