בעזרת השם יתברך ובשטו״מ פאנגט זיך אן די קומענדיגע שנת הלימודים דאנערשטאג כי תצא, ולמספרם סעפטעמבער 4.
בכדי זיכער צו מאכן אז אייערע קינדער זענען איינגעשריבן צו געניסן פון טראנספארטאציע פאר די קומענדיגע שנת הלימודים און אז אלעס איז מסודר על צד היותר טוב, איז וויכטיג אז איר זאלט רעגיסטרירן אייערע קינדער - העכער פינף יאר, אדער וואס וועלן זיין העכער פינף אין דעצעמבער - תיכף ומיד.
איר ברויכט אריינשיקן פאר יעדן קינד די נויטיגע דאקומענטן, וואס נעמט אריין געבורט-סערטיפיקאט, יוטיליטי ביל, נאמען, אדרעס, טעלעפאן נומער, די מוסד און כיתה/גרעיד ווי די קינד וועט לערנען א.א.וו.
ביטע נעמט אין אכט: וויבאלד די רעגיסטראציע פאר טראנספארטאציע דעדליין איז געווען דעם פארגאנגענעם אפריל, וועט איר דארפן אריינגעבן אייער C of O כדי זיי זאלן עפענען די רעגיסטראציע פאר אייך, מאכט זיכער אז איר האט עס צו די האנט.
פארבינדט אייך זאפארט מיט די אפיס פון דרכי יושר טראנספארטאציע אויף 845.273.1117
Ext 8
זיי שטייען גרייט אייך ארויסצוהעלפן און צו באגלייטן דעם רעגיסטראציע פראצעדור ביז עס ווערט ענדגילטיג מסודר מיט די סקול דיסטריקט.
התורה חסה על ממונם של ישראל
לאזט דאס נישט איבער פאר די לעצטע מינוט, און שפארט אייך איין פיזור הנפש און היזק ממון.
איר ברויכט זיכער מאכן, אז איר באקומט א קאנפירמאציע פון די סקול דיסטריקט אין צייט, בעפאר סעפטעמבער 1, בכדי אז אייערע קינדער זאלן ווערן אפגענומען דורך די באסעס ווי נאר די שנת הלימודים הייבט זיך אן.
הצלחה וברכה!
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך!
שמועס