די וואך מאנטאג, האבן די ווילידזש באאמטע זיך באטייליגט ביי די איינשווערונגס צערעמאניע פונעם נייעם סופערווייזאר פון טאון אוו מאנרא, פרוי ריטשארדסאן, וואס איז געלאפן אויף א פראגרעסיוון טיקעט און מיט גרייטקייט זיך צוצושטעלן צו די געברויכן פוו אחינו בני ישראל וואס וואוינען אין טאון אוו מאנרא, נאך אכט לאנגע יארן פון די פאריגע אדמיניסטראציע.

די יו זשעי.סי. און די ווילידזש באאמטע האבן אנגעקניפט קשרים מיטן סופערווייזאר שוין חדשים צוריק, בשעת דעם העפטיגן קאמפיין פאר די טאון סופערווייזאר פאזיציע, זייענדיג שכנים טיר ביי טיר מיט די טאון אוו מאנרא, ווי עס קומט אויס כסדר צו ארבעטן באנאזאם, און מ'איז געגאנגען אפגעבן דעם פארמעלן כבוד לרגל די איינשווערונג.

די צערעמאניע האט געטראגן א היסטארישער געוויכט, ווען עס האבן זיך באטייליגט די קרית יואל/פאלם טרי ערוועלטע און באאמטע, און בשעת די איינשווערונג איז פארגעקומען אן ערשטמאליגער "זשוינט סעסיע" ספעשל מיטינג, ווען עס האבן זיך צאמגעזעצט ביידע מוניציפאליטעטן פון ק"י/פאלם טרי און מאנראו און אויפן ארט פארמירט א באורד צו באשטימען א לעגיסלאטור פאר זייער דיסטריקט, נאכדעם וואס זייער לעגיסלאטור פרוי באנעלי, האט פאריגע וואך רעזיגנירט פון איר פאזיציע שוין נאכ'ן געווינען די וואלן, איבערלאזנדיג דעם זיץ ליידיג בעפאר די איינשווערונג.

די זשוינט באורד האט באשטימט מר. טוירנבול א דעמאקראט און געוועזענער לעגיסלאטור פאר צען יאר צוריק וואס זאל אננעמען דעם אמט פאר די קומענדיגע יאר ביז עס וועלן זיין פרישע לעגיסלאטור וואלן.

דאס איז א טאקטישער מאנעווער אויפן פאליטישן שאך ברעטל, ווען טאון אוו פאלם טרי צוזאמען מיט טאון אוו מאנרא האבן מיט דעם אוועקגענומען דעם רעפובליקאנער מאיאריטעט פון די קאונטי לעגיסלאטור, ווען עס איז אצינד צוטיילט פונקט אויף האלב מיט צען רעפרעזענטאטן אויף די רעפובליקאנער און דעמאקראטישע פארטייען פער זייט, און איין קאנסערוואטיווער רעפרעזענטאט וואס קען דעצידירן קריטישע וואוטס.

האפנטליך וועט דער אנטוויקלונג ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן פאר אחינו בני ישראל אין אלע געגנטער אין די קאונטי.

לב מלכים ושרים ביד השם.

ובשם השם נעשה ונצליח.