עס איז א פריידיגע מודעה צו מעלדן דעם ציבור, אז נאך וואס די ביז איצטיגע שטייער באאמטער האט ריטייערט פון זיין אמט, האט די טאון באשטימט א נייע שטייער באאמטער וואס וועט פארפיגן אויף אלע שטייער אסעססמענטס אינעם גאנצן טאון, וואס דאס טוט אויך אריינעמען די ווילעדזש אוו סאוט בלומינג גראוו.

אונטער די קוליסן איז אריינגעלייגט געווארן אסאך ארבעט דורך אונזער געטרייען קאונסילמאן מו״ה אלימלך שמשון שווארץ ני״ו, נאך וואס עס איז געווען פילע קאנדידאטן וואס וואלטן נישט אריינגעפאסט פאר די פאזיציע און זיך נישט גערעכנט מיט די געברויכן פון אונזער קאמיוניטי, ספעציעל נאך די לעצטערע יארן וואס מען האט דא בייגעוואוינט א דיסקרימינירנדע און סעלעקטיווע טעקס אסעססמענט צוגאנג מצד די ביז איצטיגע טעקס באאמטער, ווי דער עולם צאלט אוועק שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער אידישע אפגעהארעוועטע געלט יערליך.

די נייע טעקס אסעססאר וואס קומט אריין אויפן אמט, איז נאכן נאכגיין אסאך אינפארמאציע איבער איר עבר געווארן געשטופט און רעקאמענדירט דורך דעם קאונסילמאן אויף פילע פראנטן אז די טאון זאל אויפנעמען דעם קאנדידאט, נאך וואס זי האט א גאר גוטע פארגאנגענהייט דינענדיג אויף די אמט אין די טאון אוו ליבערטי, ווי עס איז אויך פארהאן א גרויסע אידישע געמיינדע ווי זי האט געהאט א ספעציעל גוטע באנעמונג מיט די קאמיוניטי, זיך צו רעכענען מיט יושר און סענסיוויטעט.

אין די קומענדיגע וואכן וועט די נייע טעקס אסעססאר אנהייבן איבערגיין אלע לעצטע אסעססמענטס, עס איז אויך באשטימט געווארן א זיצונג מיט די ווילעדזש בעאמטע און די יו. זשעי. סי. עסקנים, איבערצוגיין פילע פיילס פון יחידים וואס זענען געווארן באקריוודעט דורך אומ׳יושר׳דיגע אסעססמענטס.

ובשם ד׳ נעשה ונצליח!