אין די יעצטיגע וואכן איז פארהאן מערערע פיסגייער און שפאצירער אויף די לאקאלע גאסן, ספעציעל אין די נאכט שטונדן און א גרויסער טייל פונעם ציבור גייט נישט מיט קיין רעפלעקטארס וואס דאס גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות ממש.
דעריבער איז באשטימט געווארן בשיתוף פעולה מיט די חשובע ארגאניזאציע "חברים אוו אראנזש קאונטי" א "רעפלעקטאר דרייוו" ווי עס וועלן ארומפארן די חשובע וואלונטירן און אויסטיילן רעפלעקטארס פאר די פיסגייער און שפאצירער וואס האבן נישט.
די וואלונטירן וועלן ארומפארן אין די ווילעזדש פאטראל קארס די קומענדיגע פאר וואכן דאנערשטאג נאכט, צווישן די שעות פון 9 אזייגער ביז 10:30 אווענט. אויב ברויכט איר א רעפלעקטאר, קענט איר צוגיין און מען וועט אייך געבן וויפיל איר ברויכט.
עס איז אויך דא צובאקומען רעפלעקטארס ביי:
יו. זשעי. סי. אפיס
29 Merriewold Lane Southווילעזדש האלל
811 State Route 208די רעפלעקטארס זענען נתנדב געווארן דורך מו״ה אליעזר ווייס ני״ו - פייער טשיף.
ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!

שמועס