ראשית כל, ווילן מיר זיך באדאנקען פאר אלע חשוב'ע תושבים וואס בעזרת השם יתברך און מיט אייער קאאפעראציע זיך צושטעלנדיג צו די רעגולאציעס און אלערטס האט מען די וואך געקענט אפרייניגן די שניי צייטליך און פערפעקט צו אייער זיכערהייט און צופרידנהייט.

אצינד עטליכע פונקטן:

1.⁠ ⁠די גאר הויכע שניי בערג ביי די זייטן פונעם ראוד פאנגט זיך אן זעצן און פאלט צוריק ארויס פונעם קוירב אויפ'ן ראוד, דער ווילעדזש האט צוליב דעם אויסנאם אריינגעברענגט שניי בלאזערס דאס אפצורייניגן ביזן קוירב, צו זיין גרייט פאר דעם מעגליכן שטורעם וואס איז פאראויסגעזאגט אויף דעם שבת.

ביטע מאכט זיכער אז אייערע מיסט קאסטנס זענען אריינגענומען "אינעווייניג פונעם קוירב" ווי אמשנעלסטן.

2.⁠ ⁠קארס וואס זענען געפארקט אויפן ראוד וועלן ווערן אוועקגעשלעפט.

3.⁠ ⁠לשאלת הציבור, עס איז נישט ערלויבט צו פארקן אויף די סטאונגעיט גאס פון נאוועמבער 1 ביז אפריל 1.

4.⁠ ⁠ווען איר זויבערט אויף אייער דרייוו וועי, ביטע נישט ארויסשארן די שניי אויפן ראוד, איינמאל דער ראוד איז שוין געפוצט, די קאוד ענפארסמענט וועט עס שטרענג אינפארסירן מיט קנסות.

5.⁠ ⁠די ווילעדזש שיקט כסדר ארויס טעקסט אלערטס צו האלטן די תושבים אינפארמירט מיט צייטליכע אפדעיטס, עס איז ראטזאם און נוצבאר איינצושרייבן אייער סעל נומער צו באקומען די אלערטס אין צייט, שיקט א טעקסט מיט אייער און אייער ב"ב סעל נומער צו 845.237.4828 ארויפצוגיין אויף די ליסטע.

א יישר כח פאר אייער קאאפעראציע און פארשטענדעניש.

לייב ראזנער