דער אלעמען באקאנטער סליעפ אין האטעל וואס געפינט זיך אויף רוט 208 קארנער מאונטען ראוד גייט אדורך אין די טעג א טראנספארמאציע, ווי די אייגנטימער האבן אויפגעבויט א הערליכן שמחה זאל ביי די זייט פונעם האטעל, צו סערווירן די אידישע געסט פון דאהי און פון דרויסן, וואס קומען אהער אויף שמחות און שבתים, און עס פארלאנגט זיך אלע צוגעהערן צו סערווירן דעם אידישן קלייענטעל.

עס איז געווארן צוגעבויט א הערליכער זאל 4,000 סקווער פיס גרויס, מייעסטעטיש באצירט מיט די לעצטע עלעגאנטע און מאדערנע דיזיינס, ווי אויך איז געווארן אויפגעבויט א מקוה מפוארה לתועלת הציבור וואס קומען אהער אויף שבתים, שמחות, און משפחה פארברענגען, ווי עס הערשט א פארמערטער פארלאנג פון גרעסערע משפחות וואס מאכן א שבתון/פארברענג און ווילן האבן צוגעשטעלט אלעס בתכלית הכשרות אן קיינע פשרות.

ווי אויך איז דא א גרויסער פארלאנג מצד די ביזנעס אינדוסטריע, וואס עס פארמערט זיך ביזנעס קאנפערענצן און קלענערע עקספאו שאוס וואס נעמט א טאג צוויי, און עס פארלאנגט זיך א גרויסער זאל און אויך אן אכסניא וואו די ארבעטארער מחוץ לעיר זאלן קענען איבערשלאפן און האבן אלע צוגעהערן אויפן פלאץ.

דער סליעפ אין האטעל טוט אצינד אקאמאדירן און האט 82 צימערן, און אין די פלענער אויף פאראויס רעדט מען פון צולייגן נאך א שטאק צום האטעל.

און צוגאב צו די פילע פארקינג פלעצער וואס דער האטעל האט שוין אצינד, לייגן די אייגנטימער צו נאך 80 פארקינג פלעצער פאר געסט וואס קומען אהער נאר צום זאל און שטייען נישט איין אין האטעל.