ווי באקאנט פאר די חשוב׳ע תושבים, איז געווארן אריינגעלייגט אסאך ארבעט און השתדלות צוזאמען מיט אונזער געערטער קאנגרעסמאן פעט רייען צו באקומען די גרענט פון איבער צוויי מיליאן דאלער פאר סיידוואלקס דאהי.
דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר איז עס נאכאנאנד אפגעשטופט געווארן, צוליב אינערליכע רייבערייען אין די פעדעראלע רעגירונג, און דאן איז עס געווארן גענצליך אפגעשטופט געווארן צוליב די רעגירונג שאטדאון.
ברוך השם און א גוטע שעה, איז נעכטן דאנערשטאג נאכט, ענדליך אפגעשטימט געווארן דורך די פעדעראלע קאנגרעס די ספענדיג ביל, וואס טוט אויך אריינעמען די באשטימטע געלטער פאר די סיידוואלקס אינעם ווילעדזש.
דער ביל איז אצינד אויפן וועג צום סענאט, ווי עס איז ערווארטעט צו ווערן אפגעשטימט און דאן וועט עס ווערן אונטערגעשריבן בעזהשי״ת דורך פרעזידענט טראמפ ירום הודו.
מיר האפן בעזהשי״ת צו קענען מעלדן די ענדגילטיגע נייעס, ווי נאר די פאנדיג איז מסודר על צד היותר טוב, ווי מען וועט קענען צוגיין צו די ארבעט בשטו״מ.

שמועס