מיר פרייען זיך איבערצוגעבן פאר די חשוב'ע תושבים די פריידיגע אנטוויקלונג, אז בעזרת השם יתברך און נאך די לענגערע שתדלנות באנאזאם מיט אונזער חשוב'ן קאנגרעסמאן פעט רייען, איז דער פעדעראלער ביל אדורך דעם סענאט און איז שוין אפיציעל אונטערגעשריבן געווארן דורך פרעזידענט טראמפ ירום הודו!

די געלטער פון איבער צוויי מיליאן דאלער זענען שוין ב"ה באשטעטיגט און קאנפירמד פאר די סיידוואלקס דאהי.

וואס זענען די נעקסטע שריט?

•⁠ ⁠אויסוואל פון גאסן: מען וועט באשטימען וועלכע גאסן גייען ווערן איבערגעמאכט, געוואנדן אין די געגנט און שטאנד פון די ראודס.

•⁠ ⁠דעזיין און אינזשענירונג: די ווילעדזש אינזשענירן וועלן אנגרייטן א פלאן פאר די ארבעט וואס נעמט אויך אריין דאס אויסברייטערן די ראוד, נייע דרעיניזדש ליניעס און קעטש בעסינס פאר אפלויף, און ווי אויך פייער היידרענטס און סטריט לייטס.

•⁠ ⁠בוי-בודזשעט: מען וועט נאכדעם צונויפשטעלן א פונקטליכן בודזשעט פאר די ארבעט.

•⁠ ⁠ארויסגיין אויף בידס: איינמאל דער בודזשעט איז גרייט וועט מען ארויסלייגן דעם פראיעקט "ביד פעקעדזש" אויסצווועלן די בעסטע קאנטראקטארס און פרייזן.

ווי נאר די פראצעדורן ווערן פארטיג, וועלן מיר מעלדן א גענויעם סקעדזשועל ווען מען הייבט אן פאקטיש בויען בשעה טובה ומוצלחת.