די וואך קומט אין די פאסט די אפליקאציעס זיך צו רעגיסטרירן פאר טראנספארטאציע פאר דעם קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"ז הבעל״ט, 26'/27' למספרם, די סקול דיסטריקט האט אויפן פארלאנג פון די יו. זשעי. סי. היפש פארגרינגערט די רעגיסטראציע פראצעדור, און די פארומס קומען שוין אויסגעפילט מיט די אינפארמאציע פון די קינדער וואס זענען שוין געווען אינעם סיסטעם היי יאר.
איר ברויכט נאר אונטערשרייבן דעם בויגן און דאס איבערגעבן פאר סיי וועלכן באס דרייווער פון די דרכי יושר פירמע.
ביטע דאס נישט אפלייגן פאר די לעצטע מינוט אין די פארנומענע טעג צווישן פורים אין פסח.
שרייבט דאס אונטער ווי אמשנעלסטן און גיבט דאס איבער פאר אייער קינד, עס צו איבערגעבן פאר דעם באס דרייווער און די קינדער וועלן באקומען א מתן שכרה בצידה.
אויב האט איר קינדער וואס זענען נאכנישט געווען אין די סקול סיסטעם און איר ברויכט האבן א ליידיגע רעגיסטראציע בויגן, קענט איר ארויפקומען צו די יו. דזשעי. סי. הויפטקווארטיר אויף 29 מעריוואלד לעין סאוט און מיר וועלן אייך ארויסהעלפן מיט די אינפארמאציע, אדער דרוקט די בייגעלייגטע לינק צו דאונלאודן די אפליקאציע.
הצלחה וברכה!
שמועס