די פארגאנגענעם ליל שישי האט די דרכי יושר באס פירמע דורכגעפירט א פרי-סקול סעזאן סעיפטי טרענירונג און אריענטאציע מיטינג פאר אלע דרייווערס וואס טוען טראנספארטירן די צאן קדשים ותינוקות של בית רבן פון בלומינג גראוו און די ארומיגע געגנטער.
ביים אריענטאציע איז פרעזענטירט געווארן א גאר דעטאלירטע סעיפטי שמועס דורך דעם באגאבטער סעיפטי אינסטרוקטור מו״ה ר׳ זלמן לייב אפעל ני״ו, אזוי אויך איז געווארן אויסגעשמועסט פילע קאמענטארן און פארלאנגן פון די עלטערן איבערגעגעבן דורך די יו. זשעי. סי. בנוגע צו פארבעסערן סיי די סערוויס און קוואליטעט פון די טראנספארטאציע זעלבסט, און ווי אויך די קאסטומער סערוויס, אז עס זאל זיין א פארבעסערטע און מער דירעקטע קאמיוניקאציע ליניע צווישן די פירמע און די עלטערן, ווען מען ברויך האבן אינפארמאציע אדער ערלעדיגן סיי וועלכע ענינים.

די דרכי יושר פירמע האט ווי שטענדיג זיך פארפליכטעט צו פארזיכערן און נאך מער צו פארבעסערן סיי די סעיפטי מאסנאמען, די פונקטליכקייט און עפעקטיווקייט פון די ראוטס און אז אלע דרייווערס פארשטייען די געגנטער דאהי, ספעציעל ווען עס קומט צו געוויסע פארשטופטע געסלעך און דעד-ענדס, זיכער צו מאכן אז יעדע קינד ווערט אפגענומען אין צייט און מיט אן אחריות און אז עס זאל שטענדיג זיין א קלארע אפענע ליניע פון קאמיוניקאציע צווישן די עלטערן און די פירמע.
שמחתי באומרים לי בית ד׳ נלך!
כי מלאכיו יצווה לך לשמרך בכל דרכיך!
שמועס