די פארגאנגענע וואך האט די ווילעדזש באקומען א גרענט פון $140,000, פאר די קאסטן פון די דעזיין און אינזשענירונג ארבעט איבערצומאכן וויכטיגע טיילן פון רוט 208, ווי מען גייט אנהייבן די אויסברייטערונג פראצעדור.
די אויסברייטערונג פראיעקט איז צוטיילט אויף עטליכע פאזעס, ווי די ווילעדזש ערווארט צו באקומען פאר דעם פראיעקט אין צוגאב צו דעם גרענט נאך אן אווארד פון צווישן $140,000-$280,000 געוואנדן אין דעם בודזשעט און אין די פראצעדור פון דעם ענדגילטיגן דעזיין.
אצינד ווי די געלט איז דא, זיצט די ווילעדזש מיט די אינזשענירן און מען הייבט אן די דעזיין ארבעט, זיך צו קענען ריקן ווייטער.
די דעזיין פונעם רוט 208 איז א ברייט פארצווייגטע פראיעקט, וואס נעמט אריין צוגעלייגטע ליניעס, טוירנינג און פעססינג ליניעס, עטליכע roundabouts און אזוי אויך סיידוואלקס אויף ביידע זייטן פון די ראוד, אז מען זאל קענען גיין פון איין געגנט צו די צווייטע צופיס, וואס דאס אלעס וועט היפש פארשענערן די געגנט, פארבעסערן די טראפיק פלוס און וועט מאכן פיל מער פארזיכערט סיי פאר די דרייווערס און סיי פאר די פיסגייערס אויף די זייטן פון די ראודס.
שמועס