אריינטרעטנדיג בשעה טובה ומוצלחת וברוב שמחה וחדוה אינעם יום טוב סוכות זמן שמחתנו, וואס פון די עקרי החג בזמן בית המקדש איז געווען מיוסד אויף וואסער, די שמחת בית השואבה, די ניסוך המים, די תפילת גשם, אין דעם זמן איז מסוגל צו פועל'ן אויף גשם און אויף א שפע פון וואסער, ווענדן זיך מיר אצינד צו אנשי שלומנו תושבי העיר, אזויווי דער ציבור דאהי איז שוין היינט באקאנט, זענען מיר אנגעוויזן אויף גרויס סייעתא דשמיא און רחמים מרובים פאר הצלחה און סוקסעס מיט די פילע פראיעקטן מיט וואס די ווילעדזש איז פארנומען אצינד איבער אלעם ארום וואסער.

די ווילעזדש איז אצינד עוסק אין פארשידענע פאזעס, פון גראבן פרישע קוועלער, איבערארבעטן די עקזיסטירנדע קוועלער, ווי עס גייט פאר אן עבודה רבה אונטער די קוליסן און אזוי אויך די שוין געגראבענע פרישע קוועלער, אז מען זאל באקומען באצייטנס די אפראוועלס, און ווי אויך אז די אפראוועלס זאלן ערלויבן צו קענען שעפן דערפון גענוג וואסער פער טאג, אזוי אויך די פארעלטערטע אינפראסטרוקטור וואס האלט זיך אויף ניסים, די וואסער סטארעזדש טאנקען, די אלטע און די נייע, דאס אינסטאלירן פרישע ליניעס, א.א.וו.

צו דעם קומט נאך צו דער מציאות אז דער ווילעזדש איז אצינד אין א וואסער דעפיציט פון א קאלאסאלע 80,000 גאלאן וואסער פער טאג! דאס טאנקירן די וואסער אויף א טעגליכן אופן קאסטן אפ א הון תועפות, עס ווערט גערעכנט אז עס וועט אפקאסטן די שטייער צאלער איבער א מיליאן דאלער פאר היי יאר אליינס!

די ווילעזדש פירערשאפט ארבעט אויף פילע פראנטן צו סטאביליזרן דעם מצב און נישט ח"ו צו ברויכן אפשטעלן די פריחת העיר און די הרחבת גבולי הקדושה כאטש די אלע שוועריגקייטן, א זאך וואס וואלט שוין לאנג געטון געווארן ווען נישט די היימישע אידישע אדמיניסטראציע דאהי.

דעריבער, אריין גייענדיג אינעם יום טוב מתוך שמחה, וואס איז ידוע אז מיט שמחה קען מען אלעס פועל׳ן, טוען מיר זיך ווענדן צו אנשי שלומינו תושבי העיר, מיט א בקשה ספעציעל מתפלל צו זיין איבער די וואסער לאגע, וואס דאס איז נוגע און אפעקטירט יעדעם איינעם אויף א טאג טעגליכע פארנעם, ליידער זענען מיר שוין געוואוינט און מיר ווייסן וואס דאס מיינט אז עס צוברעכט זיך צומאל א וואסער ליניע, און עס איז נישט פארהאן גענוג וואסער, צו הימל שרייענדע קאסטן אויפצוהאלטן די וואסער אינפראסטרוקטור, וואס דאס ברויך א שטארקע תיקון.

מיר בעטן דעם ציבור צו מתפלל זיין פאר סייעתא דשמיא והצלחה מרובה און הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים און מיר זאלן אויס׳פועל׳ן א ישועה, אז עס זאל אריינקומען א שפע ברכה והצלחה כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים און עס זאל מקיום ווערן די תפלה ובקשה בצדקם חון חשרת מים!

א יישר כח, א חג שמח, ושמחת תמיד און א גוט קוויטל!

תַּעֲנֶה שׁוֹאֲלִים בְּרִבּוּעַ אֶשְׁלֵי מַיִם וְהוֹשִׁיעָה נָּא: לְמַעַן תֵּל תַּלְפִּיּוֹת מוֹצָא מַיִם. תִּפְתַּח אֶרֶץ וְתַרְעִיף שָׁמַיִם וְהַצְלִיחָה נָּא וְהוֹשִׁיעֵנוּ אֵל מָעֻזֵּנוּ: