ווי דער פראסטיגער לאנגער ווינטער פאנגט אן קומען צו אן ענדע און עס קומט ווארעמע טעג, טוט די דעפארטמענט אוו פאבליק וואורקס אנהויבן העפטיג די איבערפרישונג און פאררעכטונג ארבעט פון פילע ראודס דאהי וואס זענען געווארן צושפאלטן און צובראכן דורך די נאכאנאנדע שניי שארער טראקס, און וויבאלד עס איז געווען גאר קאלטע וועטערס איז עס אויך גורם אז די ראוד ברעקלט פיל שנעלער וואס ברענגט פילע פאטהאולס איבעראל.
אין די קומענדיגע טעג וועט איר זען די דעפארטמענט אוו פאבליק וואורקס ביי די ארבעט צו פאררעכטן פאטהאולס אויף אלע ראודס אינעם ווילידזש.
עס פעלט נישט אויס אריינצורופן, די דעפארטמענט אוו פאבליק וואורקס טוט דורכפירן א גרונטליכע אינספעקציע דורכאויס דעם גאנצן ווילידזש, און יעדע ראוד וואס האט א פאטהאול וועט עווענטועל אין די קומענדיגע טעג ווערן פארראכטן צו די צופרידנהייט און זיכערהייט פון די איינוואוינער.
עס קען זיין קורצע אפשליסונגען פון ראודס דורכאויס די ארבעט, א ישר כח פאר אייער פארשטענדעניש און מיטארבעט.
דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס
שמועס