די ווילעדזש וויל נאכאמאל דערמאנען בנוגע פארקירן אויטאס דורכאויס די זוממער מאנאטן אויף די גאסן אין שטאט, ספעציעל אויף ביידע זייטן.

עס קומען אריין פולע קאמפלעינטס איבער אויטאס וועלכע טוען פארקירן אויף די גאסן, ספעציעל פארענט פון בתי מדרשים, ווי מתפללים טוען פארקירן אויף ביידע זייטן פונעם גאס, וועלכע גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות און פיקוח נפש. ווי אויך שטערט עס דעם טראפיק פלוס ווען באסעס און טראקס קענען נישט דורכפארן, בלאקירנדיג דערמיט די גאסן און שאפנדיג א טראפיק.

די ווילעדזש טוט נאכאמאל דערמאנען דעם ציבור זיך צוצושטעלן און אויספאלגן די רעגולאציעס, און נאר צו פארקירן אויף איין זייט פונעם ראוד, און אויף די דירעקציע פון די טראפיק, די פאליציי וועט דאס שטרענג אינפארסירן.

ישר כח פאר אייער פארשטענדעניש

ווילעזדש טראנפארטאציע דעפארטמענט