היינט, פרייטאג פרשת בהעלותך, וועט די טאון אוו בלומינג גראוו איבערפלאסטערן אלד מענשאן ראוד, פון מוזעאום ווילעדזש ראוד ביז מידיאקאם וועי, די אלד מענשאן ראוד וועט זיין פארמאכט דורכאויס דעם טאג.

איר קענט ערווארטן מערערע דילעיס און א שווערערע פלוס פון טראפיק אויף מוזעאום ווילעדזש ראוד.

קומענדיגן מאנטאג פרשת שלח, וועט מען איבערפלאסטערן די ראונד הילל ראוד, פון רוט 208 ביז רוט 94. די ראוד וועט זיין פארשפארט דורכאויס די ארבעט, ביטע נעמט אינאכט אז פראספעקט ראוד וועט אויך זיין פארמאכט און מען וועט נישט קענען פארן דורך ראונד הילל ראוד קארנער פראספעקט.

ביטע ניצן זייטיגע ראודס, אויסצומיידן די פארקער און אז די ארבעט זאל קענען אנגיין אומגעשטערט און פארטיג ווערן צייטליך.

מיט פארשטענדעניש.

ווילעדזש טראנספארטאציע דעפארטמענט.