אין די פארגאנגענע וואכן האט די ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו בילדינגס דאס צווייטע מאל אפגעשטאט א באזוך אין ווילעדזש האלל איבערצוגיין קאנסטרוקציע פלענער, ווי זיי האבן באקומען באריכטן און מסירות אז געוויסע פראיעקטן זענען נישט אויסגעהאלטן לויט די פארשריפטן און אויף געוויסע פראיעקטן וואס די אייגנטימער האבן געטוישט דעם געבוי נאכן באקומען די C of O.

די סטעיט דעפארטמענט אוו בילדינס האט קלאר געמאכט אז זיי וועלן אנהייבן מאכן מער אפטערע ערשיינונגען און עס וועט זיין א גרעסערע אנוועזענהייט פון די דעפארטמענט די קומענדיגע שטיק צייט, זיי גרייטן זיך אויך אראפצוגיין פערזענליך און אליינס דורכפירן אינספעקציעס אויף פראיעקטן וואס זענען אצינד אין די קאנסטרוקציע פאזע און אזוי אויך פארטיגע פראיעקטן, וואס האבן שוין ערהאלטן זייער C of O.

דינא דמלכותא דינא!

מיר דערמאנען דעם ציבור, אז אויב טוישט איר די פלענער נאך וואס איר באקומט אייער C of O איז עס אויף אייער אייגענע אחריות און עס קען אפווארטן מצד די סטעיט שווערע פארלעצונגען אין פענעלטיעס און אזוי אויך פאטענציעלע קרימינאלע קלאגעס איבער פייער סעיפטי וכו, און פאר אומלעגאלע קאנסטרוקציע.