וויכטיגע מעלדונג!

אנגעהויבן פון פעברואר 2026, האט ניו יארק סטעיט דורכגעפירט גאר שטרענגע ענדערונגען אין די טראפיק געזעצן. דאס איז נוגע סיי ווי אין די סטעיט, סיידן עס איז אינפארסירט דורך די סטעיט פאליציי אדער די לאקאלע פאליציי, עס איז איצט פיל גרינגער צו פארלירן דעם לייסענס (סוספענדעד ווערן).

אט זענען די הויפט ענדערונגען אין די "פוינטס" סיסטעם פאר טראפיק פארלעצונגען:

•⁠ ⁠ספידינג (פון 1! ביז 10 מייל העכערן לימיט): 4 פוינטס (אנשטאט 3).
•⁠ ⁠רעדן אויפן סעלפאן / טעקסטן: 6 פוינטס (אנשטאט 5).
•⁠ ⁠רעקלעס דרייווינג (ווילד פארן) אדער אריבערפארן א סקול באס: 8 פוינטס (אנשטאט 5).
•⁠ ⁠נישט פארשטייטערן פאר א פוסגייער (Yield for Pedestrian): 5 פוינטס (אנשטאט 3).

זאכן וואס קאסטן אצינד פוינטס:

•⁠ ⁠נישט זיך אפריקן פאר אן עמערדזשענסי אויטא (Move Over): 3 פוינטס.
•⁠ מאכן אן אומלעגאלע דריי (U-turn): 3 פוינטס
•⁠ ⁠שטערן די טראפיק (Obstructing traffic): 2 פוינטס.
•⁠ ⁠א צעבראכענע לייט (העדלייט אדער טעיל-לייט): 1 פוינט.

ווען פארלירט מען דעם לייסענס?
די רעגירונג האט עס געמאכט פיל שטרענגער:
אויב מען קלויבט צונויף 10 פוינטס אין א צייט אפשניט פון 24 חדשים (צוויי יאר), ווערט דער לייסענס סוספענדעד.
(פריער איז עס געווען 11 פוינטס אינערהאלב 18 חדשים).

זייט פארזיכטיג אויף די וועגן! מיט די נייע געזעצן נעמט עס נישט פיל אנצוקומען צו 10 פוינטס...

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

והתורה חסה על ממונם של ישראל