די אראנדזש קאונטי דעפארטמענט אוו העלט, האט בשעה טובה ומוצלחת געשאנקן אפראוועל פאר די דעזיינס פונעם וואסער טאנק וואס וועט ווערן געבויעט אויף די ווילעדזש פראפערטי אויף 58 פארט ווארט.

די וואסער טאנק וועט האבן א קאפאציטעט און אנטהאלטן 750,000 גאלאן וואסער, אז עס זאל שטענדיג זיין גענוג וואסער אינווענטארי פאר די קעפיטאל הילל, ווארלי הייטס און לעיק שאור געגנטער.

אצינד ליגן די פלענער פארנט פונעם סטעיט DEC און מען ערווארט בעזרת השם יתברך זייער אפראוועל אין קורצן.

צו די זעלבע צייט ווערט שוין דורכגעפירט SOIL TESTING, ווי מען בארט אריין גאר טיפע לעכער אין די ערד בכדי צו טעסטן די הארטקייט און געדעכטקייט פונעם באדן פאר דעם צעמענטענעם סטעיזדש אויף וואס דער טאנק וועט זיצן, זיכער צו מאכן אז דער יסוד ווערט געבויעט פעסט און שטאנדהאפטיג, וויבאלד ווען די טאנק איז אנגעפילט, טוט דאס טראגן א גאר שווערע געוויכט, וואס דאס קען מאכן שפאלטנס אינעם ערד און שאפן אז די טאנק זאל זיך ריקן דורכאויס די יארן, לויט די רעזולטאטן פון די טעסטס, וועט מען אינסטאלירן א גרויסן פעד געמאכט פון קאנקריט און בעטאן, ווי אויף דעם וועט ווערן ארויפגעבויעט דעם גיגאנטישער טאנק.

מיר ערווארטן אז די אפראוועל פראצעדור וועט זיין פארטיג ביז א מאנאט, ווי דאן וועט מען קענען ענדגילטיג גיין צום בידינג פראצעדור פאר די קאנסטרוקציע פונעם טאנק, ווי מען וועט אפשטימען וועלכע פירמע וועט ענדגילטיג אינסטאלירן די טאנק לויט די אנגעגעבענע אפראווד פלענער.