דעם פארגאנגענעם ערב יום טוב איז געווען א מחזה הוד צו זעהן וויאזוי דער נייער ביהמ״ד לעיק שאור וואס איז געווארן געבויעט אויסשליסליך דורך תושבי השכונה, ווען עס האבן זיך צוזאמגענומען כאיש אחד בלב אחד זקנים ונערים בני הקהילה און צוזאמגעשטעלט דאס געלט, מיט הארץ, נשמה, בלוט און שווייס, מיט א פעסטן רצון צו עפענען דעם ביהמ״ד אויף יום טוב, עפנט טאקע אירע טויערן צום סאמע ערשטן מאל לשמחת לב כל התושבים.
עס איז אריינגעלייגט געווארן אן עבודה רבה וקשה במשך די ימי הספירה, און ב״ה מיט הצלחה מרובה וסייעתא דשמיא איז די ארבעט פארטיג געווארן מיט א בליציגער שנעלקייט און מען האט זוכה געווען מברך צו זיין על המוגמר, ווען ערב יום טוב נאכמיטאג כאשר ינטו צללי ערב האט מען בשטו״מ ברוב פאר והדר געעפענט דעם בית המדרש.
בראש העדה שטייט געטריי הרה״ג בנש״ק הרב צבי יעקב בריזל שליט״א, בן הרב מ׳דזשירקא שליט״א, וואס דינט אלס רב פונעם בית המדרש, וואס ער אליינס איז נושא בעול און העלפט ארויס צו שאפן דאס געלט און עס איז חן המקום על יושביו, ווען ער פירט די קהילה מיט אזא אהבה ואחוה ושלום ורעות, מיט אזא ברידערליכקייט, וכמים פנים אל פנים צווישן די בני הקהילה הערשט א געוואלדיגע צוזאמנארבעט און די קהילה ב״ה וואקסט און בליעהט אויף אלע פראנטן מוסיפין והולכים בקודש, להרחיב גבולי הקדושה ולהגדיל תורה ולהאדירה.

עס איז פארגעקומען אן ערהאבענער מעמד קביעות מזוזות ביים זמן הדלקת הנרות, און נאכדעם איז דער עולם אריבער צום אלטן בית מדרש פאר א מסיבת טועמיה ושתיית לחיים בראשות דעם רב שליט״א, און מען האט ארויסגענומען די ספרי תורה פונעם אלטן ביהמ"ד און אריבער געפירט די גאס צום נייעם ביהמ"ד בשירה ובזמרה מיט געהויבענע ריקודין בהשתתפות די תושבי השכונה.

עס ברויך דערמאנט ווערן לשבח ולתהילה די חשובע עסקנים עוסקים בצרכי באמונה יומם ולילה לא ישבותו פאר די הצלחה פונעם בית מקדש מעט, בראש וראשון מו"ה דוב פרענקל ני"ו חבר הפלענינג באורד וואס איז טאקע געווען דער ערשטער אכסניא של תורה פונעם אלטן שול פאר אכט יאר, ואתו עמו מו״ה מענדל רובין ני״ו ושותפו מו"ה ישעי' הירש ני"ו בעלי הפירמא CTI Construction וואס זענען געשטאנען על המלאכה טאג איין און טאג אויס, דורכאויס פילע שפעטע נאכט שטונדן, זיכער צו מאכן אז מען קומט נאך די ארבעט, ואתם עמם דער ראש הקהל הרה״ח כהן שדעתו יפה מו״ה אברהם משה הכהן ווייס ני״ו דעפיוטי מעיאר, מו״ה יואל אלכסנדר שטערן ני״ו מחברי יו. זשעי. סי., מו"ה לייב ראזנער ני"ו ווילעזדש טראסטי, מו״ה בערל פארקאש ני״ו גבאי הביהמ"ד, מו״ה אלימלך שמשון שווארץ ני״ו טאון קאונסילמאן, מו"ה זושא פריעד ני"ו אישי הציבור זענען געשטאנען מיט אן ענערגיע, מיט פלייסיגקייט, הארץ און געפיל צו עפענען דעם בית המדרש.
השלם זה הבנין! אין די טעג קומט פאר א גרויסארטיגער קאמפיין אז מען זאל קענען גומר זיין דעם פראיעקט, ווען דער בנין וועט זיין כלול ומשוכלל וועט עס פארמאגן א הערליכע פראכטפולע מקוה און צוגאב צו דעם א מקוה טהרה פאר די געגנט און אזוי אויך א שיינער זאל וואס וועט דינען פאר קלענערע שמחות פון די געגנט און אלס א הכנסה פאר דעם ביהמ״ד.
אין זה כי אם בית אלוקים!


שמועס