די וואך איז פארגעקומען א פראדוקטיווע זיצונג צווישן די ווילידזש באאמטע און די נייע דירעקטאר פון 'ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע' (DOT) פאר Region 8, וועלכע איז לעצטנס נאמינירט געווארן צו די פאזיציע דורך די סטעיט קאמישאנער.

די דאזיגע Region פירט אן מיט אלע סטעיט הייוועיס און בריקן איבער גאנץ אראנדזש קאונטי און א גרויס חלק פון די האדסאן וואלי.

ביי די זיצונג האבן די ווילידזש באאמטע פארגעשטעלט א ברייטע און לאנגטערמיניגע וויזיע אויף די צוקונפט פון דעם רוט 208 קארידאר. מען האט דורכגעשמועסט די גרויסארטיגע פלענער אויסצוברייטערן דעם 208 פון ביידע זייטן, אריינגערעכנט פרישע טראפיק ליניעס, שאולדערס, טראפיק לייטס, ראונד-אבאוטס, קראסוואלקס און סיידוואלקס מיט באלייכטונג.

דער ציל איז פילפאכיג, סיי צו מאכן דעם ראוד זיכערער פאר קארס און פוסגייער, פארזיכערן א פראקטישן און געשמירטן טראפיק פלוס אפילו מיט א פארמערטע צאל קארס אן קיין אפשטעל, און אויך צו געבן א היפשן שטופ פארן עקאנאמישן וואוקס אין דעם געגנט, מאכנדיג דעם צוטריט פיל גרינגער צו די פילע עקזיסטירנדע און צוקונפטיגע געשעפטן און אפיסעס און דעוועלאפמענטס.

די נייע דירעקטאר האט אויסגעדריקט א ספעציעלע צופרידנהייט מיט די פראגרעסיווע ארבעט וואס די ווילידזש האט שוין באוויזן צו טאן. פון די טראפיק שטודיעס ביז די אויסנאמליכע קאאפעראציע פון די היגע פראפערטי אייגענטומער וועלכע האבן רובם ככולם שוין אונטערגעשריבן די נויטיגע דאקומענטן צו איבערגעבן די פארלאנגטע 30 פיס לאנד אויף ביידע זייטן פונעם ראוד, וואס א דאנק דעם האלט שוין דער פראצעדור ביי א פיל ווייטערע שטאפל.

מען האט שוין באשטימט א נאכפאלגנדיגע זיצונג פאר די קומענדיגע מאנאטן, וואו די אינזשענירן פון סיי די DOT און סיי די ווילידזש וועלן זיך צונויפזעצן צו פלאנירן דעם גרויסן "קאנצעפט" לפרטי פרטים. דאס וועט ערמעגליכן צו צוטיילן דעם ריזן פראיעקט אין קלענערע פאזעס און אנהויבן מיט די נויטיגע שטודיעס און בודזשעט ארבעט.

מיר וועלן ווייטער האלטן דעם עולם אינפארמירט איבער די פאזיטיווע אנטוויקלונגען.