בעזהשי״ת רוקט זיך פאראויס די ארבעט ביי די מאונטען ראוד און רוט 208 אינטערסעקשאן, מיר האפן צו קענען פולקאם עפענען דעם פעססינג לעין ביי די ענדע קומענדיגע וואך פרשת דברים הבעל״ט.

אין די קומענדיגע טעג, וועט מען אפקראצן און איבערפלאסטערן די צוויי שוין עקזיסטירנדע ליניעס און אזוי אויך איבערפארבן די טראפיק צייכענונגען פונעם פעסינג לעין און די טוירנינג לעין.

א יישר כח פאר אייער קאאפעראציע און פארשטענדעניש דורכאויס די קאנסטרוקציע ארבעט.

ווילעדזש דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס.