דעם זונטאג פרשת כי תבוא איז פארגעקומען אן ערהאבענע מסיבת לחיים און מעמד חלוקת תעודות פאר די חשוב׳ע אינגעלייט וואס האבן זיך אנגעשלאסן אלס די ערשטע קלאס מעמבערס פון די נייע פייער דעפארטמענט, וואס וועט בקרוב ווערן געעפענט דאהי.
אנגעהויבן פון היי-יאר ווינטער, ווי נאר די אינגעלייט זענען געגאנגען אין סקול פאר פייער טרענירונג איז בהוראת די רבני העיר אויך איינגעפעדימט געווארן די הלכה שיעורים, ווי די רבנים האבן אראפגעשטעלט פעסטע יסודות בנוגע הלכות שבת און הלכות פיקוח נפש בשבת, די רבנים האבן אויפגענומען הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט״א, דומ״ץ דינוב קרית יואל, וואס איז בקי אין די נושאים און האט שוין לאנגע יארן ערפארונג אין דעם פעלד, וואס זאל שטיין בראש און פארלערנען די שיעורים, ווי דער דומ״ץ שליט״א האט דורכאויס דעם יאר פארגעלערנט קלארע און דעטאלירטע שיעורים אין די אלע מקצועות בטוב טעם ודעת, מען האט געמאכט חזרה, און דערנאך האבן זיך די אינגעלייט געשטעלט פאר א פארהער, ווי ב"ה די אינגעלייט זענען יעדער ארויסגעקומען פולקאם באהאוונט, קענענדיג די הלכות ביים פארהער מיט א קלארקייט און בקיאות.
אצינד, נאך וואס מען האט געענדיגט די שיעורים און אריבער דעם פארהער, איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי מען האט אויסגעטיילט פאר די אלע חברים פון די דעפארטמענט תעודות פאר זיך פארהערן הלכות שבת.

די מעמד איז געעפענט געווארן דורך העסקן מו״ה יואל שטערן ני״ו, ווי ער האט באגריסט און באדאנקט די רבני העיר פאר באגלייטן די גרינדונג פונעם פייער דעפארטמענט, אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט מיט טרעפליכע דיבורים א דאנק פאר די חשוב׳ע פייער טשיפס און וואלונטירן וואס האבן אריינגעלייגט לאנגע חדשים פון טרענירונג אין פייער-סקול, סיי די פאפיר טעסטס און סיי די פיזישע טרענירונג און האט ארויסגעברענגט דעם ענין פון חובת השתדלות און די חשיבות פון די אינגעלייט וואס זענען שטענדיג גרייט פאר פיקוח נפש יומם ולילה לא ישבותו.
דאן האט מו״ה ר' יואל ני״ו, איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט פאר די אנוועזנדע פונקטליך ווי די פראגרעס פון די דעפארטמענט האלט, בנוגע אלע לעגאלע און טעכנישע דעטאלן און די דאטום ווען מען האפט בעזהשי״ת צו קענען עפענען די דעפארטמענט.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה הגה״צ אב״ד ראדאוויץ שליט״א, וואס האט מיט התפעלות ארויסגעברענגט לשבח וויאזוי די פייער דעפארטמענט פון די ערשטע וויכטיגסטע שריט, טוט זיכער מאכן אז אלעס איז תורה׳דיג און הלכה׳דיג אויסגעהאלטן און אז עס האט א פולקאמע רוחניות׳דיגע הנהגה מיט א הכשר, זיכער צו מאכן אז אלעס איז הונדערט פראצענטיג מיט אן איבערגעגעבנקייט און געטריישאפט און האט ארויסגעברענגט אז דאס וועט טאקע זיין די הצלחה און די שמירה פונעם דעפארטמענט, זיכער צו מאכן אז עס קומט נישט צו קיין תורה׳דיגע אדער פיזישע מכשולות ח״ו.
דער רב שליט״א האט צוריקגעפירט די פארזאמלטע מיט טייערע זכרונות צו די היסטארישע תקופה בהלו נרו פון מרן רבינו הקדוש זי"ע ווען מען האט דאן געגרינדעט די חברה הצלה בחיזוק ובעידוד פונעם רבי'ן זכרונו לברכה מיט די ריכטיגע יסודות און האט אויסגעפירט אז דא פירט מען זיך טאקע אויף דעם זעלבן פארמאט ווי אמאל, מיט א תורה'דיגע הנהגה, און טאקע ילכו מחיל אל חיל מיט הצלחה וסייעתא דשמיא.

דאן האט אויפגעטרעטן הגה״צ מו״ה יואל יצחק שטערן שליט״א העומד על משמרת הקודש פון די דעפארטמענט, ווי ער האט איבערגעגעבן פאר די רבנים א באריכט פון די אלע שיעורים און דעם פארהער, ווי יעדער איינער האט געקענט די הלכות ווי עס ברויך צו זיין, אזוי אויך האט דער דומ״ץ שליט״א ארויסגעברענגט די נחיצות און מעריך געווען דעם ענין פון פיקוח נפש מיט א תורה'דיגן פערספעקטיוו, דאן האט דער דומ״ץ שליט״א גע׳חתמ׳ט די תעודות און דאס אויסגעטיילט פאר די חשוב׳ע אינגעלייט.


דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי די רבני העיר האבן ווארעם אנגעוואונטשן די אינגעלייט הצלחה וברכה בכל מעשה ידם, ד׳ ישמור צאתם ובואם לשלום מעתה ועד עולם, מען זאל ניצן די דעפארטמענט נאר אויף שמחות, מען זאל קיינמאל נישט קומען צו קיין שום מכשול און קיין שום נזק און דאס זאל טאקע זיין די ריכטיגע השתדלות אויף א תורה'דיגע פארמאט און אז די דעפארטמענט זאל זיך עפענען בשטומ"צ מיטן רעכטן פיס.

די דעפארטמענט איז אצינד ממש אין די לעצטע פאזע בעפאר איר עפענונג, ווי עס איז ערווארטעט זיך צו עפענען אין די געציילטע וואכן, תיכף נאך סוכות.








שמועס