דעם זונטאג תבוא איז פארגעקומען א רייכע און עלעגאנטע באנקעט לטובת קופת עירנו, וואס טוט פארטיילן א פערטל מיליאן דאלער צוויי מאל א יאר, ערב פסח און ערב סוכות, דער באנקעט איז פארגעקומען אין די הויפטקווארטירן פון די יו.דזשעי.סי., דער אלעמען באקאנטער בנין החסד פון ווי עס גייען ארויס אזויפיל צדקה וחסד און איז דער צענטער פון די הרחבת גבולי הקדושה פון די שטאט.
כולם נקבצו באו לך עס זענען זיך צוזאמגעקומען גבירים, ידידים ומעריצים ווי אלע זענען געקומען שטיצן די הייליגע ארגאניזאציע וואס טיילט אויס געלט פאר נצרכי העיר און העלפט אויפבויען די הערליכע אידישע שטאט, ווי דער עולם האט זיך געלאזט קאסטן, אויסגעשריבן גרויסע טשעקס, זיכער צו מאכן שלא יחסר המזג ושלא יבוטל התמיד.
אויף די רייך געדעקטע טישן זענען געזעצן שכם אחד די פילע בויערס, דעוועלאפערס און אינוועסטירער דאהי אין שטאט, וואס זענען געקומען אנטייל נעמען און טאקע מאכן די ריכטיגע אינוועסטמענט און ארויסהעלפן זיכער צו מאכן אז מען קען צוגיין צום יום טוב מיט א הרחבת הדעת און אלעס בסבר פנים יפות, ווי יעדער ווייסט קראנט אז די קופה טיילט טשעקס ביד רחבה וברוח נדיבה נישט קיין חילוק צו ווי מען באלאנגט, וועלכע בית המדרש מען דאוונט אדער אין וואסערע מוסד מען געהערט אן, יעדער נצרך באקומט בדרך כבוד אן קיין שפעטיגונגען.
ברוך השם די מסיבה איז געווען א געוואלדיגער סוקסעס, ווי דער עולם האט זיך אנגערופן ווארעם און פאזיטיוו מיט גרעסערע סכומים מוסיפין והולכין בקודש ווי עס איז אריינגעקומען בלויז אין די געציילטע שטונדן ביים באנקעט קרוב צו צוויי הונדערט טויזנט דאלער! אויפן פלאץ און צוגאב צו געלטער וואס מען דארף נאך אפנעמען.
דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פאזיטיווע געפילן אז בעזהשי״ת וועט די קופה ווייטער אנהאלטן די שיינע חזקה און בעזרת השם יתברך ובשטומ"צ וועלן די טשעקס ארויסגיין תמידין כסדרן.
די עסקנים גייען ארום די טעג ביים ציבור לטובת די קופת העיר, דער ציבור נעמט זיי אויף מיט אפענע הערצער און אפענע טאשן פון בלומינג גראוו פאר בלומינג גראוו אז יעדע משפחה דאהי זאל קענען צוגיין צום יום טוב מיט הרחבת הדעת.
ולך ד' הצדקה!
חפץ ד׳ בידינו יצליח!
ובשם ד׳ נעשה ונצליח!
שמועס