צוליב די מערערע און העכערע בליזארד שנייען פונעם היי-יאריגן ווינטער סעזאן איז דא א פארמערטע צאל פאסט קעסטלעך וואס זענען געווארן אראפגעקלאפט דורך די שניי שארער טראקס.
די ווילעדזש וועט אום ענדע מערץ למספרם פאררעכטן די אלע פאסט קעסטלעך וואס זענען געווארן אומגעווארפן דורך די שארער טראקס.
אויב איז אייער פאסט-קעסטל געווארן אראפגעקלאפט, ביטע רופט אריין אין ווילעדזש האלל אויף 845-782-2600 און לאזט א מעסעדזש מיטן קלוירק, און מ'וועט אראפקומען צו אייך דאס פארעכטן.
עס איז ראטזאם זיכער צו מאכן אז ווען איר לייגט א פאסט קעסטל זאל דאס זיין לכה"פ מיט א פוס אריינציר פונעם קוירב.
יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש
שמועס