ערב שבת שירה תשפ"ו
דער גראנדיעזער איילענד עסטעיטס דעוועלאפמענט האט היינט פרייטאג ערהאלטן סייט פלען עפראוועלס פון די וויליזדש פלענינג באורד פאר די ערשטע פאזע 240 דירות.
דער פראיעקט קומט אויך מיט א שפע פון וואסער דורכדעם וואס די דעוועלאפער שטעלן צו זייערע קוועלער צום באנוץ פון די ווילעזדש איינוואוינער וואס ברענגט צו איבער א האלב מיליאן גאלאן וואסער פער טאג צום ווילעזדש וואסער סיסטעם.
דער פראיעקט געפונט זיך אויף סטעיט ראוט 208 הארט אונטערן איילענד טיים שאפינג צענטער וואס האלט אצינד אין די ערנסטע פאזעס צו פארענדיגט ווערן בשעה טובה ומוצלחת.
איילענד עסטעיטס רוקט זיך אצינד פאראויס צום פערמיט שטאפל בכוחו ובזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק זי"ע בשעה טובה ומוצלחת.
ובשם ד' נעשה ונצליח!
שמועס