ווי די וועטער פאנגט אן צו ווערן ווארעמער דורכאויס דעם טאג, איז די סעזאן ווען פארפרוירענע וואסער אין די ליינס פאנגען זיך אן אויפצולאזן, און אויב האט איר א געקראכטן וואסער ליין קען געשען גאר גרויסע שאדנס.
מיר ווילן אייך אויפמערקזאם מאכן, צו האלטן אן אויג זיכער צו מאכן אז עס איז טרוקן איבער דעם הויז, און ספעציעל אין בעיסמענטס און גאראדזשעס וואס דארט איז נישט אייביג אינסולירט אזוי ווי עס דארף צו זיין, און די פייפס קענען זיין פארפרוירן פאר לאנגע וואכן, און אצינד ווען עס לאזט זיך אויף פאנגט אן צו רינען וואסער, און ביז קורצע מינוטן קען זיין א פארפלייצונג ביי אייך אין הויז, וואס חוץ פונעם שאדן פאר אייער הויז פערזענליך איז דאס א גרויסער וואסער שאדן פארן ווילידזש.
עס איז שוין אריינגעקומען עטליכע אזאנע רופן די וואך.
אויב האט איר א געפלאצטן וואסער פייפ, רופט תיכף ומיד: 845.782.2600 עקסט. 118
צו די זעלבע צייט ווילן מיר אויפמערקזאם מאכן די איינוואוינער אז אויב זעט איר אמאל אז עס קומט נישט וואסער פון קיין סינק אין די איצטיגע וועטערס, איז דאס מעגליך אז די וואסער איז פארפרוירן געווארן, מ'זאלט עס נישט לאזן פאר לאנג, נאר תיכף ומיד זיכער צו מאכן אנצווארימען דאס פלאץ מיט א היטער אז די פייפ זאל ווערן צוריק ווארעם און די וואסער זאל אנפאנגען צוריק צו רינען. דאס איז שכיח ספעציעל אין די עלטערע הייזער ביי די סינק אין די קאך וואס געפינט זיך ביי די אויסערליכע וואנט פון הויז, וויבאלד די אינסולעישאן איז פארעלטערט טוט עס נישט האלטן די טעמפעראטור ווי געהעריג און די וואסער ליינס ווערן גאר שנעל פארפרוירן דארטן.
שמועס