אין איינס פון די לעצטיגע פונקטן פון זיך גרייטן צו עפענען די פייער דעפארטמענט, בעפאר מען טוט אנאנסירן די טאג וואס די דעפארטמענט גיין אריין אין סערוויס, זענען די קאמישאנער און קאארדינעיטאר פון די אראנדזש קאונטי פייער סערוויס, וואס טוט פארפיגן אויף די ארום 60 פייער דעפארטמענטס און אלע פייער באטאליאנס אין די קאונטי, אראפגעקומען זיך צו טרעפן מיט די טשיפס און די ווילעדזש באאמטע איבערצוגיין אויף א פארמאלע אופן און פיינאליזירן די אלע לעגאלע איינגעלעגנהייטן בנוגע ארייננעמען די נייע דעפארטמענט אין די מיוטשעל עיד פראגראם פון אראנדזש קאונטי, וואס דאס טוט ערמעגליכן אז די דעפארטמענט קען רעכענען פאר הילף פון דרויסנדיגע פייער דעפארטמענטס, און ווי אויך אז ארומיגע דעפארטמענטס קענען זיך ווענדן פאר הילף צו די ווילעזדש דעפארטמענט אויב ברויכן זיי צוקומען פאר הילף אין צייט פון נויט.
די באאמטע זענען איבערגעגאנגען די טראקס און אלע עקוויפמענט וואס ווערט אצינד אויסשטאפירט אויף די טראקס, צו וויסן פונקטליך פאר וועלכע סצענע מען קען גערופן ווערן, וואס דאס ווענדט זיך לויט ווי אויסגעשטאטעט און אויסשטאפירט די דעפארטמענט איז מיט די ריכטיגע כלים.
די אראנדזש קאונטי באאמטע זענען געווען זייער צופרידן, עס איז געווען א קידוש השם ווען זיי זענען איבערגעגאנגען די טרענירונג און גרייטקייט לעוועלס וואס די דעפארטמענט שטעלט פאר און נעכטן דאנערשטאג איז אריינגעקומען די אפיציעלע באשטעטיגונג אז די דעפארטמענט איז אפיציעל אריין אין די אראנדזש קאונטי מיוטשעל עיד סיסטעם.
עס איז נאך פארהאן קליינע איינצלהייטן, בכדי צו קענען אפיציעל אנאנסירן די טאג וואס די דעפארטמענט גייט אריין אין סערוויס, ווי מיר וועלן מודיע זיין דעם ציבור מיט ווייטערדיגע אפדעיטס.

שמועס