אין א פאזיטיווע אפדעיט פון די אויפקומענדע ווילעזדש פייער דעפארטמענט, האבן די וואך אלע דריי פייער טשיפס פולשטענדיג געפארטיגט די פייער טשיף און אפיציר קורסן, וואס איז א גאר קאמפליצירטע קלאס וועלכע נעמט אריין א קייט פון פילצאליגע טעמעס, בכדי צו קענען ווערן קלאסיפיצירט און סערטיפייד אלס א פייער טשיף צו קענען פירן די דעפארטמענט.
ברוך השם אלע דריי טשיפס האבן געפארטיגט און פולשטענדיג אויסגעצייכענט דאס קלאס.
עס איז אריין אין די קלאסן וואכן ארבעט, ווי די קורס דעקט פינף קאמפליצירטע טעמעס, און נעמט איבער 70 שטונדן צו פארטיגן, דאס ברענגט דעם דעפארטמענט נאך א שטאפל נענטער צו קענען געעפנט ווערן בעזהשי"ת אין די ריכטיגע מינוט בשעה טובה ומוצלחת.
פאלגט נאך ווייטערדיגע מודעות איבער דעם ערעפענונג פונעם דעפארטמענט.





שמועס