בעזרת השם יתברך מאכט דער פראיעקט גרויס פראגרעס דורכאויס די לעצטערע וואכן, ווי די בייפארער זעען טעגליך אויף רוט 208 די מאסיווע קרעינס און הייב-מאשינען וואס זענען טעטיג ביי דעם שטח, ווי עס בויעט זיך אויף א הערליכער בנין כלול ומשוכלל מיט אלע צוגעהערן פאר א פראפעסיאנאלע ארבעטס פלאץ, אזוי אויך ווערט אריינגעלייגט דורך די דעוועלאפער קאפ און מח אינעם אינערליכן דיזיין און אויסשטעל עס זאל זיין אויסגעהאלטן אידישליך, זיכער צו מאכן אז דער בנין קומט נאך אלע מאסנאמען פון גדרי הצניעות, ווי צום ביישפיל גאר ברייטע האלוועיס און באזונדערע עלעוועיטארס פאר מענער און פרויען, תשואות חן להם.

דער בנין וועט אויך אנטהאלטן א בית המדרש וואס איז מיוחד צו האבן שיעורי תורה דורכאויס דעם טאג און פאר מניני התפילה.

דער בנין איז א חידוש מיט דעם קאנצעפט אז אפיסעס ווערן פארקויפט און נישט פארדינגען.

דער פראיעקט שטעלט פאר בקרוב א ברייטע אויסוואל פון פרנסות און ארבעטס געלעגנהייטן פאר אנשי שלומינו סמוך לעיר אויף א גאר פראקטישער און באקוועמער שטאפל.