אויף די איניציאטיוו פונעם ווילעזדש, איז דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג פארגעקומען דער דריטע קאנפערענץ אין די סעריע, צווישן אלע דעוועלאפערס, בויערס און קאנטראקטערס וואס טוען ארבעט דאהי, ווי עס האבן זיך אויך באטייליגט די ווילעדזש אינזשעניר, בילדינג אינספעקטאר, קאוד ענפארסמענט און ווילעדזש באאמטע.

ביים קאנפרענץ איז געווארן אויסגעשמועסט ענינים העומדים על הפרק, ווי ברוך השם די שטאט איז מוסיף והולך להרבות חיל ולהרחיב גבולי הקדושה און עס מאכט זיך כסדר פרישע שאלות אין ענינים וואס מען ברויך איבערשמועסן, זאכן וואס מען האט נישט פון פאראויס געזען אדער גערעכנט, און ווי אויך כסדר צו האלטן גוטע קשרים און אן אפענע ליניע פון קאמיוניקאציע פאר סיי וועלכע מצבים עס זאל נאר אויפקומען, איז ביים זיצונג געווארן אויסגעשמועסט פונקטליך צו מאכן זיכער אז די ארבעט פארט ווייטער געשמירט און צו די זעלבע צייט איז עס לטובת ולתועלת סיי פאר די איינוואוינער פונעם ווילעדזש און ווי אויך פאר די נייע דירות פראיעקטן, א שטייגער ווי האלטן די גאסן ריין און פארזיכערט ביי די קאנסטרוקציע און די דזשאב סייטס, אזוי אויך איבער אלע אנדערע אנגעלעגנהייטן.

פון די הויכפטנקטן איז געווארן אויסגעשמועסט דער מאנגל אין אדרעס נומערן, דאס געברויך צו פלאנצן מער און גרעסערע ביימער צווישן הייזער פאר פרייוועסי, גארבידזש הייזער ברויכן זיין נאנט צום הויז און נישט צום ראוד, פול-סייז פארקינג ספאטס, וואסער מיטער אפגרעידס א.א.וו. זיכער צו מאכן אז אלעס קומט נאך די פארשריפטן און איז מסודר על צד היותר טוב.

איינס פון גאר וויכטיגע נושאים וואס איז געווארן דורכגעשמועסט, איז אז דער ווילעדזש וועט לעת עתה נישט צולייגן קיין אדרעס נומערן, און אויך וועט מען נישט ערלויבן צו עפענען ראודס פאר וואסער און סוער ליניע הוק-אפס דורכאויס די ווינטער מאנאטן פון דעצעמבער ביז מערץ, צו פארמיידן וואסער מעין ברעיקס און אנדערע שאדנס וואס רופט זיך אפ פיל שווערער דורכאויס די ווינטער מאנאטן, אזוי אז די בויערס זאלן פארטיגן די ראוד ארבעט אין צייט בעפארן ווינטער.

אזוי אויך איז געווען א געלעגנהייט ביים זיצונג פאר די קאנטראקטערס זיך צינויף צורעדן צווישן זיך און מיט די ווילעדזש, ווי עס איז פארגעקומען א ״שאלות און ענטפערס״ סעסיע, די זיצונג איז געווען גאר פראדוקטיוו און הילפבאר צו די צופרידנהייט פון די באטייליגטע.

דער ציהל פונעם ווילעדזש איז צו אנהאלטן און דורכפירן ענליכע קאנפערענצן יעדע עטליכע מאנאטן, זיכער צו מאכן אז עס איז שטענדיג פארהאן אן אפענע ליניע - שמוע בין אחיכם, אז די קאנסטרוקציע ארבעט אינעם ווילעדזש זאל קענען פארן געשמירט בעזהשי״ת, אן קיין שום אינצידענטן און אפשטעלונגען.

ובשם השם נעשה ונצליח!