אין די פארגאנגענע חדשים איז פארגעקומען עטליכע פראדוקטיווע זיצונגען מיט די דרכי יושר באס פירמע, אזויווי עס איז איינגעפירט זיצן די יו.דזשעי.סי. עסקנים רעגלמעסיג מיט די טראנספארטאציע פירמע, איבערצוגיין ענינים העומדים על הפרק און זיכער צו מאכן אז די טראנספארטאציע פארט געשמירט, פון די וויכטיגע פארלאנגען פאר א לענגערע צייט איז געווען אז די פירמע זאל אינוועסטירן אין א GPS טרעקינג סיסטעם.
דרכי יושר איז אנטקעגן געקומען טראץ די קאסטן, און האט אינסטאלירט GPS אפאראטן אויף אלע באסעס, בכדי די עלטערן זאלן קענען פונקטליך מיטהאלטן ווי די באסעס האלטן און ווען עס קומט אן.
עס איז פארהאן כהיום פילע אפציעס פון אלע סארטן אפאראטן און סיסטעמען אויף די מארקעט, אבער די פירמע האט נישט געשפארט קיין קאסטן און דעזיינט און דעוועלאפט אן פולשטענדיגן קאסטומיזירטע סיסטעם לויט דעם היגן געברויך, עס זאל זיין צו די צופרידענהייט פון סיי די עלטערן און סיי פאר די דיספעטשער און די פירמע.
די לאנגע חדשים ארבעט פון די ריסוירטש, קאסטומיזירטע פראגראמירונג, די אינסטאלירונג און די טעסטינג פאזע, איז ענדליך פארטיג געווארן, און די וואך האט די פירמע בעזרת השם יתברך ובשעה טובה ומוצלחת אקטיוויזירט דעם העכסט פארגעשריטענעם סיסטעם צו די צופרידנהייט פון די תושבי העיר.
דער טעלעפאן נומבער צו די טרעקינג איז:
845-273-1117 Ext. 9צו לאזן הערות איבער וויאזוי צו נאכמער פארבעסערן דעם סיסטעם לאזט א מעסעזדש אויף עקסטענשאן 0.
מאכט זיכער צו רופן פון אייער היים אדער סעל נומער וואס איז רעגיסטרירט מיט אייער אקאונט ביי די פירמע.
שמועס