בעזרת השם יתברך קומט פאר דאהי א געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה, ווען פון אלע זייטן און ווינקלען שפראצן ארויס פרישע אידישע הייזער, ווי מען גייט און ווי מען שטייט זעהט מען נאך א הויז, נאך א דופלעקס, נאך א אידישע פאמיליע ציהט זיך אריין, אין ביהמ״ד זעהט מען יעדע וואך נאך א ברוכים הבאים אנאנס פאר א נייע איינוואוינער, כה יתן ד׳ וכן ירבה וכן יפרוץ.

עס איז א מציאות וואס מען האט אזוי לאנג ארויסגעקוקט און ברוך השם מען האלט שוין ביים שניידן די פירות, אבער צו דעם קומט צומאל אויך מיט אומבאקוועמליכקייטן און סייד-אפעקטס, אינצידענטן וואס טוען נעגאטיוו אפעקטירן דעם וואוילזיין פון די איינוואוינער, וואס מאכט זיך ספעציעל ווען עס קומט פאר אזויפיל קאנסטרוקציע אויפאמאל דאהי אין שטאט.

די שטאט איז נישט קיין קאנסטרוקציע זאון!
הגם, מערסטנס קאנטראקטערס פרובירן דאס בעסטע זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט דורכגעפירט לויט די פארשריפטן און מאסנאמען און טוען זיך רעכענען מיט די שכנים, מאכט זיך אבער אמאל -און לעצטנס אביסל מער ווי געווענטליך- אז א קאנטראקטער פארגעסט, און ווי אויך איז פארהאן געוויסע קאנטראקטערס וואס רעכענען זיך נישט מיט די שכנים און מיטן ציבור און פארגעסן אז דאהי איז נישט קיין קאנסטרוקציע זאון נאר א רואיגע שטאט ווי עס וואוינען משפחות מיט עלטערן און קינדער און מען ברויך זיך רעכענען מיט א באזונדערע סענסיטיוויטעט פאר די תושבים און שכנים, טאקע די דאזיגע תושבים וואס האבן ערמעגליכט די פריחת גבולי העיר און אז די קאנטראקטערס זאלן האבן ארבעט דאהי.

אלזא, זיכער צו מאכן אז די תושבי העיר ווערן נישט באקריוודעט און אנצוהאלטן די הערליכע כאראקטער און שיינקייט פון די שטאט, אז עס זאל זיין זויבער און פארזיכערט, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, טוען מיר אצינד אנאנסירן די ״קוואליטי אוו לייף״ איניציאטיוו, זיכער צו מאכן אז עס ווערט אנגעהאלטן אויף אן אויסגעהאלטענעם שטאפל און צו פארבעסערן דעם קוואליטי אוו לייף און צו פארזיכערן די רעכטן פאר די איינוואוינער תושבי העיר.

יעדער קען בויען, מיר העלפן אייך בויען, אבער "נישט" אויפן חשבון פון ציבור!
עס איז וויכטיג אונטערצושטרייכן, ווי מען זען צומאל א פראבלעם, אמאל איז עס אפילו א קלייניגקייט אדער סיי וואס, ווי די שכנים און תושבים ווערן בא׳עוול׳ט, איז וויכטיג דאס צו נעמען אין די האנט, נאך בעפאר עס גייט ארויס פון קאנטראל, בעפאר עס ווערט די נארמע, און בעפאר עס קומט אן צו א מצב ווי עס איז שוין באמת א סכנה אדער אן ערנסטע פראבלעם.

עס איז די אחריות און די אויפגאבע פון יעדן קאנטראקטער און בעל מלאכה צו בויען לויט די לעגאלע פארשריפטן און מאסנאמען און זיך צוצושטעלן צו די באשטימטע רעגולאציעס וואס טוען פארזיכערן די רעכטן פון די איינוואוינער.

מיר ווייסן נישט אויב מיר הערן נישט פון אייך!
קומען אין בית המדרש אריין און זיך דורכשמועסן מיט חברים איבער געוויסע פלאגענישן איז זייער פיין, אבער עס קומט נישט אן צו די ריכטיגע אויערן אויף דעם אופן, און עס וועט נישט מסודר ווערן אזוי... עס איז וויכטיג צו טון די גאר קליינע פעולה און אריינרופן און לאזן א מעסעדזש, אדער שיקן אן אימעיל, ווייל אן דעם וועט דער ווילעדזש נישט וויסן אז דער פראבלעם עקזיסטירט. מיט אונזער בעסטן ווילן קען נישט די ווילעדזש אריבער פארן יעדע גאס, יעדע לעכל און יעדע ווינקל, עטליכע מאל א טאג.

מיר ווילן זייער שטארק זיכער מאכן אז די איניציאטיוו ווערט אנגעהאלטן אבער מיר נויטיגן זיך אין אייער הילף, צו העלפן צוזאמען אנצוהאלטן, צו פארשענערן, צו פארבעסערן און צו פארזיכערן די שטאט.

מיר ווענדן זיך צו אייך חשובע תושבים, שטייט אויף אייערע רעכטן: אויב זעהט איר אמאל אן עוולה ווערט באגאנגען, עפעס וואס דארף א פארבעסערונג און א תיקון, הייבט אויף דעם טעלעפאן, שיקט א קלארע מעסעדזש איבער וואס עס גייט פאר און די אדרעס. די ווילעדזש וועט זיך אפגעבן דערמיט ווי אמשנעלסטנס, מיט א פונקטליכקייט. איר ברויכט נישט איבערלאזן קיין נאמען אדער טעלעפאן נומער.

העלפט אונז, העלפט זיך, העלפט אייערע שכינים, העלפט די שטאט לטובת הציבור.

בולעטין #1

בראשית אנצוהייבן, ווילן מיר אדרעסירן אן אנגעלעגנהייט וואס מיר האבן באקומען מערערע קאמפלעינטס אין די פארגאנגענע וואכן בנוגע הויכע גערודער ביי קאנסטרוקציע סייטס אויסער די ארבעט שעות.

די ווילעדזש קאוד זאגט קלאר אז מען קען נישט אנהייבן ארבעטן פון מאנטאג ביז פרייטאג בעפאר 8 אזייגער אינדערפרי און נישט שפעטער ווי 6 אזייגער נאכמיטאג, זונטאג איז בכלל נישט ערלויבט קיין ארבעט אינדרויסן, אדער סיי וועלכע ארבעט וואס מאכט א גערודער.

אייער משפחה און קינדער זענען בארעכטיגט צו א רואיגע גערודערלאזע אווענט און צו א פולע נאכט שלאף, איר זענט נישט מחויב צו דערליידן הויכע קאנסטרוקציע גערודער בשום אופן.

אויב ווערט איר אפעקטירט פון הויכע גערודער אויסער די ארבעט שעות ביי קאנסטרוקציע סייטס דאהי, ביטע הייבט אויף א טעלעפאן און לאזט איבער אן אדרעס און אויב מעגליך א נאמען פון די קאנטראקטינג פירמע און טוט דאס באריכטן, דער ווילעדזש בילדינג דעפארטמענט וועט זיכער מאכן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.

קוואליטי אוו לייף האטליין
845.782.2600 ext 311
Building@vosbg.com

ווייסט אייערע רעכטן! עס קומט זיך אייך!

דורכ׳ן באריכטן פראבלעמען און מיסברויכן טוט איר זיך אליינס ארויסהעלפן, איר העלפט ארויס אייערע שכנים און איר העלפט צוזאמען אנצוהאלטן די קוואליטי אוו לייף פאר אלע תושבי העיר.

ובשם ד׳ נעשה ונצליח!