שטויב, זאמד און בלאטע פון קאנסטרוקציע סייטס

די ווילעדזש קאוד זאגט קלאר אז יעדע קאנסטרוקציע סייט ברויך נאכקומען די באשטימטע פארשריפטן, זיכער צו מאכן אז די שטויב, זאמד און בלאטע פונעם קאנסטרוקציע סייט גייט נישט ארויס צו די דערנעבנדיגע פראפערטיס אדער צום ראוד.

פון די מאסנאמען וואס ווערן פארלאנגט פון די קאנטראקטערס איז אז יעדע קאנסטרוקציע סייט ברויך האבן אינסטאלירט א טרעק-פעד פון ספעציעלע שטיינער וואס טוט פונקציאנירן ווי א בארשט, וואס דאס טוט אפקראצן די רעדער און רייניגן די קאנסטרוקציע אויטאס און טראקס וואס קומען און גייען, אז די אנגעקלעבטע שטויב זאמד און בלאטע זאל נישט ארויסגיין אינדרויסן.

אזוי אויך פארלאנגט די ווילעדזש אז קאנטראקטערס מוזן וועכענטליך יעדן פרייטאג האבן א ״סוויפינג״ פארענט פונעם קאנסטרוקציע סייט, אז עס זאל זיין זויבער אויף די גאס אינדרויסן פונעם קוירב.

אייער משפחה און קינדער זענען בארעכטיגט צו א ריינע קלארע לופט און צו א זויבערע שטוב, איר זענט נישט מחויב צו דערליידן שטויב, זאמד, און בלאטע וואס ווערט אריינגעברענגט צו אייך אין שטוב, ווייל די דערנעבנדיגע קאנסטרוקציע סייט קומט נישט נאך די זויבערקייט פארשריפטן און מאסנאמען.

עס קומט זיך אייך א רואיגע, ריינע אטמאספער און סביבה!

אויב ווערט איר אפעקטירט פון שטויב, זאמד און בלאטע פון דערנעבנדיגע קאנסטרוקציע סייטס, ביטע הייבט אויף א טעלעפאון און לאזט איבער אן אדרעס און אויב מעגליך א נאמען פון די קאנטראקטינג פירמע און טוט דאס באריכטן. דער ווילעדזש בילדינג דעפארטמענט וועט זיכער מאכן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.

קוואליטי אוו לייף האטליין
845.782.2600 ext 311
Building@vosbg.com

ווייסט אייערע רעכטן! עס קומט זיך אייך!

דורכ׳ן באריכטן פראבלעמען און מיסברויכן טוט איר זיך אליינס ארויסהעלפן, איר העלפט ארויס אייערע שכנים און איר העלפט צוזאמען אנצוהאלטן די קוואליטי אוו לייף פאר אלע תושבי העיר.

ובשם ד׳ נעשה ונצליח!