ראוד בלאקס ביי קאנסטרוקציע סייטס
דער ווילעדזש בילדינג דעפארטמענט פארלאנגט פון יעדן קאנטראקטער און בויער זיכער צו מאכן אז די ראוד פארענט פונעם קאנסטרוקציע סייט בלייבט שטענדיג פריי, סיי פון קאנסטרוקציע טראקס און סיי פון קאנסטרוקציע מאטריאל, זיכער צו מאכן אז דער טראפיק פלוס פארט געשמירט אן קיין אפהאלט.
אין פאל ווען א קאנטראקטער ברויך אפלאדענען אדער אנלאדענען מאשינען אדער מאטריאל, איז פארלאנגט פון די קאנטראקטער צו האבן סערטיפייד פלעג-מען און טראפיק קאנטראל פערסאנעל, זיכער צו מאכן אז עס קומט נישט צו קיין סכנה און אז די טראפיק ווערט נישט אפגעשטעלט אפילו פאר איין מינוט.
צו דער זעלבע צייט, ווען מען דארף פארקירן א טראק אויף די ראוד, ווערט פארלאנגט זיכער צו מאכן אז די טראפיק ווערט נישט אפגעשטעלט, בכדי די תושבים זאלן קענען ווייטער פארן, סקול באסעס זאלן קענען טראגן און ברענגען די קינדער און אז ח״ו אין פאל פון אן עמוירדזשענסי זאלן די עמוירדזשענסי פערסאנעל קענען קומען און גיין אן קיין שום אפהאלט.
אויב איז דאס א פאל ווי עס איז נישט פארהאן קיין שום אנדערע מעגליכקייט און מען ברויך אפשטעלן די ראוד, איז פארהאן ספעציעלע פארשריפטן וויאזוי זיכער צו מאכן אז אלע איינוואוינער זאלן קומען און גיין צו זייערע היימען אן קיין שוועריגקייטן, דורך צושטעלן א געהעריגע אלטערנאטיווע וועג, מיט נאטיץ בעפאר, אז מען זאל זיך קענען רעכענען דערויף.

עס איז בשום אין פנים ואופן נישט אויסגעהאלטן אפצושטעלן די ראוד אפילו פאר איין מינוט אן דאס נאכקומען די פארלאנגטע פארשריפטן.
אזוי אויך ווערט פארלאנגט פון קאנסטרוקציע קארס און טראקס און אזוי אויך פון קאנסטרוקציע ארבעטערס אז זיי זאלן אלע זיין פארקירט אויף איין זייט פון די גאס, אויף די זייט פונעם קאנסטרוקציע סייט, און זיך נישט צו שטעלן אויף ביידע זייטן פונעם ראוד וואס טוט פארשווערן די טראפיק פלוס.
מיר באקומען לעצטנס פילע קאמפלעינטס איבער אזאנע מיסברויכן דאהי.
אייער משפחה און קינדער זענען בארעכטיגט צו פולע צוטריט צו די גאסן אן צו ווערן באלעסטיגט פון בלאקירוגען און שפעטיגונגען צוליב די פארנאכלעסיגקייט פון דערנעבנדיגע קאנסטרוקציע סייטס.
עס קומט זיך אייך א נארמאלע טראפיק פלוס אן קיין אומוועגן!
אויב ליידט איר פון דעם וואס א קאנטראקטער אדער א קאנסטרוקציע סייט טוט פארלעצן די פארשריפטן און שטעלט אפ דעם ראוד, ביטע הייבט אויף א טעלעפאון און לאזט איבער אן אדרעס און אויב מעגליך א נאמען פון די קאנטראקטינג פירמע און טוט דאס באריכטן. דער ווילעדזש בילדינג דעפארטמענט וועט זיכער מאכן אז דאס פאסירט נישט נאכאמאל.
קוואליטי אוו לייף האטליין
845.782.2600 ext 311
Building@vosbg.com
ווייסט אייערע רעכטן! עס קומט זיך אייך!
דורכ׳ן באריכטן פראבלעמען און מיסברויכן טוט איר זיך אליינס ארויסהעלפן, איר העלפט ארויס אייערע שכנים און איר העלפט צוזאמען אנצוהאלטן די קוואליטי אוו לייף פאר אלע תושבי העיר.
ובשם ד׳ נעשה ונצליח!
שמועס