און צום דריטן מאל: דער טאון אוו בלומינג גראוו סופערווייזאר וואס איז ווי באקאנט פון די גרינדער פונעם היגן ווילעדזש און פון די ארכיטעקטן פונעם "פן ירבה" פלאן אז חרד'ישע אידן זאלן נישט קענען זיך ציען אהער, און קוקט שטענדיג מיט אן קרום אויג אויף די הרחבת גבולי הקדושה דאהי, האט פארגאנגענע וואך, נאכן וויסן אז דער חשוב'ער טאון קאונסילמאן, מו"ה ר' אלימלך שמשון שווארץ וועט נישט אנטיילנעמען אין די באורד מיטינג יענע וואך, האט דער טאון סופערווייזאר אין א געמיינעם און נידריגן שפיצל אריינגעשטופט אין די לעצטע מינוט בשעת די באורד מיטינג א רעזאלוציע אויסצושמועסן א זאך וואס איז נישט געווען פון פאראויס אויף די אגענדע, און וואס ער האט נישט געמאלדן פון פאראויס פאר די טאון באורד מעמבערס, און ווי אויך האט ער עס נישט פובליצירט פארן פובליקום בעפאר די מיטינג, און ער האט ארויפגעברענגט נאכאמאל דעם דיסקרימינירדן "קאמיוניטי פרעזערוועישאן פאנד" ביל, צו בעטן פון די געזעץ געבער אין אלבאני אז זיי זאלן נאכאמאל פרעזענטירן א "האום רול" געזעץ פארן גאווערנאר, וואס זאל באשטימען א פרישע שטייער אויף יעדע איינציגע ריעל עסטעיט טראנזאקציע אינעם גאנצן טאון.

קאמיוניטי/לאנד פרעזערוועישן איז א מהלך וואס איז אנגענומען אין די דארפישע געגנטער מער אפסטעיט, און איז איינגעפירט אין געוויסע מוניציפאליטעטן פאר דעם בלויזן ציל צו פרעזערווירן "בלעק דירט פארמלאנד", אבער ליידער איז עס אין די פארגאנגענע יארן פרובירט געווארן גענוצט צו ווערן לאקאל דורך דעם טאון אויף א געמיינער מיטל, צו פרובירן אויסצוכאפן און אפצוקויפן שטחים לאנד וואס איז קיינמאל נישט געווען קיין פארם, און די ערד דערפון איז אויך נישט מסוגל דערצו, מיט אן דירעקטן ציל צו דיסקרימינירן און אפצוהאלטן אחינו בני ישראל פון צו קענען קויפן די שטחים און עווענטועל בויען דארט דירות אדער ביזנעסער פאר אידן.

די איינקונפט פון דעם פרישן טעקס וועט גיין פאר א פאנד וואס וועט אויסקויפן ליידיגע שטחים אינעם טאון.

דער שטייער באדייט א שאדן פון שווערע הונדערטער טויזנטער דאלאר פאר די שטייערצאלער דאהי, ובפרטיות פאר אחינו בני ישראל ביי יעדע קלאויזינג אין דער אקטיווער ריעל עסטעיט מארקעט.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז דער טאון סופערווייזאר האט שוין פרובירט דורכצופירן דעם שטייער צוויי מאל אינעם עבר, און עס איז יעדעס מאל עקסטער הילכיג וועטאאירט געווארן דורכ'ן גאווערנאר יר"ה ווען די געזעצגעבער אין אלבאני האבן קלאר איינגעזען אז דאס איז בלויז געצילט צוליב דעם אלטן שרעק פון "פן ירבה" אנטקעגן דעם חרדיש'ן ציבור.

די יו.דזשעי.סי. האט זיך תיכף ומיד אריינגעלייגט אין דעם נושא און זיך פארבינדן מיט דעם טיעם פון ערפארענע אדוואקאטן און פאליטיקאנטן אזויווי אינעם עבר, אז בעזרת השם יתברך זאל זיין וחוט המשולש לא במהרה ינתק, און דער ביל זאל אויך נישט אדורך גיין.

צו די זעלבע צייט קוקט די יו.דזשעי.סי. אריין אין א לאוסוט אנטקעגן דעם טאון פאר'ן ווידעראמאל פרובירן צו נוצן די באקריוודענדע און דיסקרימינירנדע טאקטיקן וואס צילט ספעציפיש אנטקעגן דעם היימישן ציבור.

מיר וועלן האלטן דעם עולם אינפארמירט מיט ווייטערדיגע אנטוויקלונגען.

ובשם השם נעשה ונצליח!