די טשעסטער טאון גרייט זיך צו פרעזענטירן צום סטעיט אסעמבלי און סענאט א ביל איבער לאנד פרעזערוועישאן טעקסעס, צו איינקאסירן א נייע שטייער צו קענען דערמיט איינהאנדלען אפענע שטחים לאנד אינעם טאון אוו טשעסטער.

"לאנד פרעזערוועישאן פאר אפען ספעיס" איז א מהלך וואס איז אנגענומען אין די דארפישע געגנטער מער אפסטעיט, און איז איינגעפירט אין געוויסע מוניצופאליטעטן פאר דעם בלויזן ציל צו פרעזערווירן "בלעק דירט פארמלאנד", אבער ליידער איז עס אין די פארגאנגענע יארן פרובירט געווארן געניצט צו ווערן לאקאל אויף א געמיינעם מיטל, צו פראבירן אויסצוכאפן און צו קויפן שטחים לאנד וואס איז קיינמאל נישט געווען קיין פארם, און די ערד דערפון איז אויך נישט מסוגל דערצו, מיט א דירעקטן ציהל צו דיסקרימינירן און אפצוהאלטן אחינו בני ישראל פון קענען קויפן די שטחים און עווענטועל בויען דירות פאר אידן.

אזויווי אינעם עבר, האט די יו.דזשעי.סי. מיט גרויס הצלחה און סייעתא דשמיא, געהאט א שטארקן סוקסעס מיטן ארלעדיגן אן עקזעקיוטיוו וועטא פאר צוויי פון אזאנע מכלומרש'טע "פרעזערוועישאן שטייער" בילס וואס איז געווארן ארויפגעברענגט דורך די טאון אוו בלומינג גראוו סופערווייזער און איז ביידע מאל געווארן הילכיג וועטאאירט דורך די גאווערנאר יר"ה, איז וויבאלד עס געפינען זיך אחב"י וואס האבן שטח און אויך אידישע האוזינג פראיעקטן וואס האלטן זיך אינמיטן בויען אין טשעסטער, און וויסענדיג אז עס וועט בשום אופן נישט ווערן דורכגעלאזט, און ווי נאר עס וועט אנקומען צום גאווערנאר וועט עס ווערן וועטאאירט, האט דער טשעסטער טאון סופערווייזער גענומען די פרא-אקטיווע שריט און זיך פארבינדן מיט די עסקני יו.דזשעי.סי איבערצושמועסן די טשעסטער פרעזערוועישאן טעקס ביל בעפאר עס קומט אן צום גאווערנאר'ס טישל.

מען האט איבערגעשמועסט אלע פרטים און מען איז איבערגעגאנגען יעדע קלייניגקייט, זיכער צו מאכן אז די טשעסטער פרעזערוועישאן ביל האט נישט קיין שום דעטאלן און שפיצלען וואס וועט עווענטועל שטערן פאר אחינו בני ישראל, און אז עס איז טאקע בלויז געצילט צו פרעזערווירן "אקטיווע פארמלאנד".

די טשעסטער טאון סופערווייזער האט אריינגעשיקט צו די יו.דזשעי.סי. די ליסטעס פון שטחים וואס די טאון אוו טשעסטער פלאנירט עווענטועל אפצוקויפן און פרעזערווירן מיט א דיעד רעסטריקציע פאר "אפען ספעיס און פארמלאנד", אז די עסקנים זאלן דאס איבערקוקן זיכער צו מאכן אז קיין שום אידישע אינטערעסן ווערט נישט באקריוודעט דורך דעם טעקס פרעזערוועישאן ביל און נאר אזוי וועט די יו.דזשעי.סי. נישט נעמען קיין שריט צו לאביאירן פאר א וועטא אקעגן דעם ביל.

די עסקני יו.דזשעי.סי. זענען אין די טעג בקשר מיט די טשעסטער טאון, איבערצוגיין זייערע פלענער, זיכער צו מאכן אז אלס ארבעט זיך אויס על צד היותר טוב און עס קומט נישט ארויס קיין שום שאדן פאר אחינו בני ישראל.

ובשם ד' נעשה ונצליח!