שטייענדיג אין די ערבי פסחים טעג, ווען בעזהשי״ת דער אייבערשטער האט אונז מזכה געווען אז מיר האבן געקענט דורכפירן מיט גרויס הצלחה וסייעתא דשמיא די גרויסארטיגע חלוקה פאר תושבי העיר איז שפתותינו מלא שירה פאר הקב״ה, פארן אונז ערמעגליכן נאכאמאל היי יאר דאס אויסצופירן ברוב פאר והדר, מיט מתן
בסתר, מיט הרחבת הדעת ובדרך כבוד ובסבר פנים יפות ב״ה.
צו דער צייט, נעמען מיר די פאר שורות אויסצודריקן אונזער דאנק און לויב פון טיפן הארצן פאר די אלע שותפים לדבר מצוה, עסקנים מיט א ווארעם הארץ לכל קדשי בלומינג גראוו וואס זענען שטענדיג דא דורכאויס דעם יאר ארויסצוהעלפן מיט סיי וואס וואס מען קען אלס העלפן די שטאט און די איינוואוינער,
ובפרטיות פאר די אלע עסקנים, די חשוב'ע אינגעלייט און בחורים חמד ופרחי ילדי עסקני העיר וואס האבן אוועקגענומען פון זייער פארנומענע ערב יום טוב טעג און אראפגעקומען צוצולייגן אן אקסל און א האנט מיט הארץ און נשמה און זיך אוועקגעגעבן זיכער צו מאכן אז די חלוקה זאל אדורכגיין מיט א געוואלדיגע סוקסעס און ברוך השם אז מיר שטייען דא ווי מיר קענען מברך זיין על המוגמר, און מיר בעטן א הייסע תפילה אז דער
אייבערשטער זאל אונז טאקע ווייטער געבן געזונט און כח אנצוגיין מוסיפים והולכים בקודש, ביתר שאת וביתר עוז, להגדיל תורה ולהאדירה ולהרחיב גבולי הקדושה, צו טאן חסד, מצוות ומעשים טובים אז עס זאל זיין א קידוש השם און א שטאלץ פאר די שטאט.
אלו הדברים שאין להם שיעור... וגמילות חסדים, ואלו הן...
בראש וראשון הרה״ח מו״ה שמעון ישראל פאזען הי״ו ואתו עמו בניו החשובים
מו״ה משה יהושע ומו״ה בערל ני״ו
הולכים בדרכי אבותם לשם ולתפארת ולתהילה.
אויך ווילן מיר זיך באדאנקען פאר מו"ה יואל ראטה ני"ו פארן לאזן נוצן דעם שטח פאר די חלוקה, שריפת חלה, און שריפת חמץ.
בברכת חג כשר ושמח ושמחת תמיד!
שמועס