ארלינגטאן CUL DE SAC

די ארלינגטאן Cul-de-sac וועט זיין אפגעשפארט פון מאנטאג פרשת פנחס פאר קאנסטרוקציע, די ארבעט איז געשאצט צו נעמען א מאנאט, ווי מען וועט אינסטאלירן די וואסער, סוער און דרעינעזדש ליניעס, און דאן וועט דער cul de sac צוריק ערעפנט ווערן שוין געפלאסטערט אין איר ענדגילטיגן פארמאט.

עס וועט ווערן צוגעשטעלט דורך די דרכי יושר טראנספארטאציע פירמע א ווען צו טראגן און ברענגען די יונגערע קינדער פון די הייזער ביז קארנער ווירזשיניע עוו. יעדן צופרי און נאכמיטאג.

דער ווען איז ערמעגליכט געווארן דורך די דעוועלאפער פון שכונת דברי חיים, תשואות חן להם.

מען בעט די עלטערן זאלן דאס אינאכט נעמען און אינזין האבן צופרי און נאכמיטאג ווען מען גייט צום באס, ווייל די באסעס וועלן נישט קענען ארויפפארן און זיך אויסדרייען אויבן אויף ארלינגטאן דרייוו, דורכאויס די ארבעט.

ווירזשיניע עוועניו

ווירדזשיניע עוועניו און אזוי אויך א טייל פון רינאוק דרייוו און א טייל פון ארלינגטאן דרייוו וועט ווערן גענצליך אפגעקראצט און איבערגעפלאסטערט.

עס וועט נעמען נאך עטליכע וואכן ביז ווילאנג אלע איינצעלהייטן און פראצעדורן ווערן געפארטיגט, זינט עס איז א רעגירונג פראצעדור וועלכע נעמט לענגער ווי קאמערציעלע פראיעקטן, אבער מיר האפן צו מעלדן בקרוב א פונקטליכע טאג ווען די ארבעט וועט זיך אנהייבן.

יישר כח פאר אייער קאאפעראציע און פארשטענדעניש!

ווילעזדש דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס