ווירדזשיניע עוועניו און אזוי אויך א טייל פון רינאוק דרייוו און א טייל פון ארלינגטאן דרייוו וועט ווערן גענצליך אפגעקראצט און איבערגעפלאסטערט אין די קומענדיגע וואכן, די ארבעט איז געסקעזשועלט פאר ענדע נאוועמבער.
די ווילעדזש איז אצינד בקשר מיט אלע קאנסטרוקציע פראיעקטן אויף די גאסן, וואס ברויכן נאך אריינציען זייער עלעקטריק/גאז, וואסער און סועדזש ליניעס ארויס צום ראוד און אזוי אויך די אלע פראיעקטן וואס ברויכן ברייטער מאכן די ראודס און מאכן סיידוואלקס, אז זיי זאלן אלע פארטיגן די ארבעט אין צייט, בעפאר מיד-נאוועמבער, בכדי אז איינמאל מען פלאסטערט איבער די ראוד, זאל עס שוין קענען בלייבן און אז מען זאל ברויכן ווי ווייניגער אויפשניידן דעם ראוד דערנאך.
אזוי אויך, ווי שוין געמאלדן אין א באזונדערע מודעה, וועט דער ווילעדזש נישט ערלויבן צו אויפשניידן דעם ראוד אדער סיי וועלכע ראוד דורכאויס דעם גאנצן ווינטער, ביז די מאנאט פון מערץ-אפריל, ווען די פלענטס פון די בלעק-טאפ און קוילן עפענען אויף נאכאמאל צום פרילינג סעזאן.
א יישר כח פאר אייער קאאפעראציע און פארשטענדעניש!
ווילעזדש דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס
שמועס