עס ווערט ערווארטעט א בליזארד און אייז שטורעם מיט שניי ביז איבער א פוס און צוגאב צו שווערע ווינטן, אנגעהויבן פון מוצאי שבת ביז זונטאג אווענט.
די דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס שטייט גרייט דאס צו באהאנדלען פונקטליך און פערפעקט, אנגעהויבן פון פרי-טריעטן די ראודס ביזן אויפשארן גענצליך זויבער קוירב-צו-קוירב.
פאר אייער זיכערקייט און צו פארמיידן שאדנס ביטע מאכט זיכער אז אייערע גארבעזדש קענס אדער אנדערע חפצים זענען אריינגענומען "אינעווייניג פונעם קוירב", און אז עס זענען נישט געפארקט קיין קארס אויף די ראודס אריינגערעכנט ביי די בתי מדרשים.
ביי די פאריגע שניי זענען געוויסע גאסן נישט געזויבערט געווארן צו דעם סטאנדארד וואס דער ווילעדזש פארלאנגט צוליב קארס וואס זענען געווען אויפ'ן ראוד.
די פאליציי וועט דאס שטרענג אינפארסירן, פון קנסות ביזן אוועק שלעפן די קארס.
א דאנק פאר אייער קאאפעראציע און פארשטענדעניש.
דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס
שמועס