בשעה טובה ומוצלחת איז היינט פרייטאג פארטיג געווארן די ארלינגטאן Cul-de-Sac, צו די צופרידענהייט פון אלע ארלינגטאן גאס איינוואוינער.

מיר ווילן זיך באדאנקן בשם אלע איינוואוינער, פאר די דעוועלאפערס פון שכונת דברי חיים, וואס האבן סיי אראפגעגעבן די שטח פונעם Cul-de-Sac צום ווילעדזש און אזוי אויך האבן זיי דורכגעפירט די קאנסטרוקציע ארבעט פאר די פראיעקט אויף זייערע קאסטן, ווי זיי האבן זיך צוגעאיילט מיט די ארבעט, אז עס זאל קענען זיין פארטיג אין צייט ווען די סקול-יאר הייבט זיך אן, אז די באסעס זאלן קענען קומען און גיין אומגעשטערט, צו די באקוועמליכקייט פון אלע עלטערן שיחיו.

ווי אויך ווילן מיר זיי באדאנקן פארן צושטעלן די טראנספארטאציע דורכאויס די וואכן וואס עס איז אנגעגאנגען די קאנסטרוקציע ארבעט, צו טראגן און צו ברענגען די קינדער, גייענדיג און קומענדיג פון סקול און דעי-קעמפ, אראפ ביז צו ארלינגטאן קארנער ווירדזשיניע עוועניו.

עס ברויכט אויך ווערן ארויסגעברענגט לשבח די RSBM Excavating פירמע, וואס האט זיך צוגעשטעלט יותר מפי יכולתם, זיכער צו מאכן אז די פראיעקט ווערט פארטיג אין צייט און אויך טיילגענומען אין די קאסטן פון די פראיעקט.

דער Cul-de-Sac וועט זיין געעפנט צום באנוץ קומענדיגן זונטאג כי תבוא הבעל"ט.

שבת שלום ומבורך!

ובשם ד׳ נעשה ונצליח!